מאיעסטעטישע די סיטי פעסטונג ארויסגעדינגען צום היסטארישן "שבת היכלא דמלכא" בראשות האד' מבעלזא מיט די נגידים בעם
- Bechatzros admin
- לפני שעה
- זמן קריאה 2 דקות
מאנטאג פ' משפטים • כ''ב שבט | בחצרות הקודש

אין ווייטערדיגע באריכטן איבער די היסטארישע שבת "היכלא דמלכא" וואס כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א וועט אין אן ערשטמאליגע שריט אפרעכטן אינאיינעם מיט די נגידים בעם, איז נארוואס באשטעטיגט געווארן דורכ'ן "וועד השבת" אז דער געהויבענער שבת וועט פארקומען אינעם גיגאנטישן און מאיעסטעטישן "קאסלאנד" האטעל אין די גיגאנטישע דיסיטי פעסטונג, וואס וועט דינען אלס אכסניא של שבת און טעג ארום.
ווי שוין געמאלדן האט דער בעלזער רב שליט"א באשטימט דעם שבת פר' אחרי קדושים, קומענדיגן חודש אייר, ארויסצוגיין מגדרו און אפרעכטן א שבת מחוץ לירושלים, אויסשליסליך מיט די נדיבים בעם וואס שליסן זיך אן פאר'ן מאסיוון פראיעקט אויפצובויען א קייט פון נייע בנינים מפוארים פאר די ממלכת הישיבות הקדושות דחסידי בעלזא ברחבי ארץ ישראל.
ווי נאר דער שבת איז באשטימט געווארן האבן די עסקני השבת זיך אריינגעווארפן מיט פלייס צו מסדר זיין די פארצווייגטע דעטאלן אהערצושטעלן דעם גאנצן שבת על כל פרט ופרט, ווען צום אלעם ערשט האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א זוכעניש נאך א פאסיגן פלאץ, וואס זאל זיין צוגעפאסט פאר דעם גרויסן שבת, צו אקאמאדירן די הונדערטער משתתפים און דערצו אהערגעשטעלט מיט אלע צוגעהערן בגשמיות וברוחניות.
ענדגילטיג האט מען מצליח געווען צו טרעפן דעם מלכות'דיגן פינף-שטערן "קאסלאנד" האטעל וואס געפינט זיך אין די גיגאנטישע די סיטי פעסטונג אין מעלה אדומים בהרי ירושלים, און איז געווארן ארויסגעדינגען פון דאנערשטאג אחרי קדושים ביז די נאכפאלגנדע זונטאג אמור.
די ימי האורה וועט זיך אנהייבן דאנערשטאג נאכמיטאג מיט'ן קבלת פני האורחים באגלייט מיט גייסטרייכע כינוסים און דרשות פאר די נדיבים החשובים, און צום הויכפונקט וועט מען זוכה זיין לעשות את השבת במחיצת הקודש פונעם רב שליט"א כשהמלך בשדה, און האבן די זעלטענע זכי' מיטהאלטן די אלע געהויבענע טישן און תפילות אויף א פריוואטן אופן אויסשליסליך מיט די נדיבים בעם.



