אֶבֶן מָאֲסוּ הַבּוֹנִים • פייערליכע מעמד הנחת אבן הפינה פאר נייע ברסלבער ביהמ"ד "ברכת הנחל" אין מאנסי
- בחצרות הקודש

- 21 בינו׳
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 22 בינו׳
דינסטאג פ' וארא • כ"א טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
פילע הונדערטער ברסלובער חסידים און תושבי מאנסי האבן דעם זונטאג מיטגעהאלטן די מעמד הנחת אבן הפינה פאר די נייע ברסלבער ביהמ"ד "ברכת הנחל" אין מאנסי, דער נייע ביהמ"ד - לשמו ולזכרו פון הרה"ק רבי נחמן מברסלב זי"ע שטייט בנשיאות הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א ממנהיגי חסידי ברסלב בארה"ק.
די מעמד איז פארגעקומען אינעם גרויסן שאטער וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אויפן שטח וואו עס ווערט אויפגעבויעט די נייע בנין ביהמ"ד אויף מעין סטריט, און איז באשיינט געווארן דורך די פארי רבני העיר מאנסי, אין שפיץ פונעם גרויסן גאסט פון ארץ ישראל הגה"צ רבי משה קרעמער שליט"א, וועלכער איז מכובד געווארן צו לייגן דעם אבן היסוד און משמיע זיין מאמרותיו לכבוד המאורע בזמן שהצדיק בעיר - זייענדיג צוגאסט אין ניו יארק לטובת מוסדתיו. אויך איז געהערט געווארן דרשות דורכן יושב ראש המעמד הרב מאיר מרדכי בערקאוויטש הי"ו און דער נואם הכבוד הגה"צ אבד"ק אברכים מאנסי שליט"א.






































די ביהמ"ד איז נישט בנשיאות ר' משה קרמר. ער איז נאר געווען דארט א גאסט.