האד' מסקווירא איז קובע מזוזה ביים נייעם איבערגעבויטן תלמוד תורה ד'שיכון סקווירא
- בחצרות הקודש

- 26 בדצמ׳ 2024
- זמן קריאה 2 דקות
דאנערשטאג פ' מקץ • כ"ה כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: ד.ה. כרם, משה קליין, JDN
א פריידיגע מעמד קביעת מזוזה איז פארגעקומען פארלאפענע וואך אינעם תלמוד תורה אין שיכון סקווירא וועלכע איז נאך גרויס מוה און פלאג גענצליך איבערגעבויט און רענעווירט געווארן ברוב פאר והדר כרצון קדשו פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א עס זאל זיין צום באנוץ פון די טויזנטער תלמידים אינעם ת"ת וואס וואקסט און בליהט לשם ולתפארת, נאכדעם וואס דער בנין איז אין פארגאנגענהייט געוועהן פארדינגען פאר פרעמדע מוסדות התורה.
אצינד ווען מען האט זוכה געווען לברך על המוגמר האט מען געהאט די זכיה לקבל פני מלכם דער רבי שליט"א וועלכע האט מחנך געוועהן די נייע איבערגעבויטע בנין בעת א באזוך אינעם תלמוד תורה לכבוד די שבע ברכות במעון קדשו. די ברכה פון לקבוע מזוזה האט דער רבי שליט"א געזאגט אין שטוב פון הנדיב ר' ניסן בייער הי"ו וועלכע האט זיך געלאזט קאסטן א סכום הגון לטובת די פראיעקט איבערצובויען די תלמוד תורה.
נאכן קובע זיין די מזוזה איז דער רבי צוגעפארן צום בנין התלמוד תורה וואו הונדערטער ילדי החמד האבן מקבל געוועהן דעם רבי'ן שליט"א מיט ניגוני שמחה ברחובה של עיר, דער רבי איז ארויף אויפן שטאק און קובע געווען א מזוזה ביי די נייע איבערגעבויטער הערליכע בית המדרש רחבת ידיים, דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וואו די קינדער האבן געזינגען ניגוני שמחה, די מלמדים האבן איבערגעבן א קוויטל מיט די נעמען פון אלע קינדער און די רבי האט דערביי מאציל געוועהן ברכות קדשו, דער רבי האט דערנאך איבערגעגעבן לעקאך פאר די מלמדים צו פארטיילן פאר די קינדער.
דערנאך איז די רבי אריבער צום דריטן שטאק ווי עס זענען געווען פארזאמלט נאך הונדערטער תלמידים, די מלמדים האבן איבערגעגעבן א קוויטל און די רבי האט ווארעם געוונטשן און פארטיילט לעקאך פאר די מלמדים, און פאר די חברי הוועד פונעם תלמוד תורה אלס אנערקענונג פאר זייערע פעולות לטובה בדמים תרתי משמע איבערצובויען דעם בנין התלמוד תורה מיטן פולסטן פראכט בתכלית היופי וההידור. נאכן מעמד קביעת מזוזה איז דער רבי אראפ אינעם זאל פונעם בנין וואו עס איז פארגעקומען די שמחת השבע ברכות פון חתן כלה אייניקלעך ביים רבי'ן שליט"א וואו עס זענען געלאדענט געווארן די 'חברה' פונעם מחותן הרה"צ ר' חיים מאיר טווערסקי שליט"א.





























תגובות