באשיידענע מעמד קביעת מזוזה פארן נייעם בנין המפואר ישיבה קטנה וויען אין וויליאמסבורג
- Bechatzros admin
- 19 ביוני
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 20 ביוני
דאנערשטאג פ' שלח • כ"ג סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: JDN
א שיינעם מעמד קביעת מזוזה איז אפגעהאלטן געווארן אינעם נייעם בנין המפואר פונעם ישיבה קטנה וויען אין וויליאמסבורג אין שפיץ פונעם ראש הישיבה און מנהיג העדה כ''ק אדמו"ר מוויען שליט"א.
נאכ'ן איבערגעבן שיעור יומי אין די ישיבה גדולה איז דער רבי שליט''א אריבערגעפארן דעם קורצן שטרעקע פון בלויז פינף מינוט צום נייעם בנין וואו עס האבן אפגעווארט א געקליבענעם ציבור אנשים מכובדים, נגידי ותומכי הישיבה וואס זענען געלאדנט געווארן מיטצוהאלטן די מעמד.
תיכף נאכן אנקומען האט די רבי שליט''א געדאווענט מנחה מיט'ן ציבור. נאכ'ן ערשט'ן מנחה מיט וואס מען האט מחנך געוועהן דעם בנין החדש, איז די רבי שליט''א אריבער צום שער הבנין און קובע געווען דעם מזוזה בשם ומלכות.
דערנאך איז די רבי שליט''א ארומגעגאנגען דעם בנין און זיך אינטרעסירט איבער אלע דעטאלן ווען עס האט זיך ארויסגעוויזן א גאר שטארקן קורת רוח אויפן רבינס געזיכט. בשעת'ן ארומגיין האט מען מכבד געווען עטליכע נגידי ותומכי הישיבה מוט'ן זכות צו קלאפן א מזוזה, צווישן זיי הנגידים מו''ה ר' יצחק שרגא גראס הי''ו, מו''ה ר' שמחה פריעדמאן הי''ו, מו''ה ר' חיים רובין הי''ו און מו''ה ר' אהרן קליין הי''ו.
דערנאך איז פארגעקומען א מסיבת לחיים וואו דער מנהל הרב ר' פישל לעווי שליט''א, האט אויפגעטרעטן מיט א דרשה. דערנאך האט מו''ה ר' יוסף לעפקאוויטש הי''ו איבערגעגעבן דעם דבר המוסד, און צום שלוס האט דער רבי שליט''א אויפגעטרעטן מיט דברי ברכה, און ארויסגעברענגט די חשיבות פון א יששכר זבולון געשעפט און ארויסהעלפן א מקום תורה וואו הונדערטער בחורים וועלן פון דא אויסשטייגן בס''ד גרויסע תלמידי חכמים און וועלן פון דא נעמען די השקפות וויאזוי אויפצושטעלן אן ערליכן אידישן שטוב. דער רבי האט זיך ספעציעל באדאנקט פאר מוה”ר שמואל דוד פישער הי”ו - אדמיניסטרעטאר, וואס גיבט זיך אוועק מיט מסירות נפש פאר די הצלחה פון די מוסדות. דערנאך האט דער רבי שליט''א געטיילט לחיים פאר די געלאדענטע געסט און אנגעוואונטשן מיט ברכות לרוב.











Comentarios