top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כינוס כללי "מקדישי שמך" פאר עדת חסידי וויזניץ ווערט אריבערגעפירט צום ביהמ"ד הגדול גור אין ירושלים

  • לפני 3 דקות
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' ראה • כ''א אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

מיט התרגשות און חרדת הקודש האבן טויזנטער חסידי וויזניץ היינט אויפגענומען די ווארעמע קריאה קדושה פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א אנבאלאנגט די געפלאנטע נסיעה און מעמד אדיר "מקדישי שמך"' וואס האט געלאזט פארקומען אין אתרא קדישא מירון, וואו דער רבי שליט"א האט זיך דערביי אנגערופן מיט הארציגע דיבורים און גערופן דעם גאנצן ציבור צו שטיין לימין המוסדות הקדושים אין דעם יעצטיגן גורל'דיגן מאמענט.

ווי שוין באריכטעט, זענען אין די לעצטע וואכן געמאכט געווארן אינטענסיווע צוגרייטונגען צום מאסיוון קאמפיין לטובת איגוד מוסדות וויזניץ, אין א צייט ווען די מוסדות הקדושים שטייען אונטער א שווערע פינאנציעלע לאסט צוליב די געלט-סאנקציעס אויפ'ן עולם התורה. אין צוזאמענהאנג מיט דעם גרויסארטיגן מגבית האט מען זיך געגרייט אויף א נסיעה רוממה קיין אתרא קדישא מירון ביום המסוגל ערב ראש חודש אלול, וואו עס איז געווען געפלאנט אפצוהאלטן דעם מעמד התעוררות ותפלת רבים שטייענדיג ביים שוועל פון די ימי הרחמים והרצון, אינאיינעם מיט די פתיחת המגבית.

למעשה איז די פלאן אפגערופן געווארן, צוליב דעם רבינס יעצטיגן געזונט-צושטאנד און די פרישע שוואכקייט וואס האט באפאלן דעם רבי'ן אלס רעזולטאט פון די שווערע מעדיצינישע באהנדלונגען, נאך וואס די דאקטורים האבן אנגעוויזן אז די לענגערע נסיעה קיין מירון און צוריק איז למעלה מכוחותיו און קען חלילה שאטן פארן רבי'נס געזונט. אין ליכט פון דעם איז באשלאסן געווארן אריבערצופירן דעם גרויסן כינוס כללי אין ביהמ"ד הגדול גור אין עיר הקודש ירושלים, בסמיכות צום מקום הנופש אין מושב אורה.

אין די מודעה וואס איז היינט ארויסגעשיקט געווארן פאר די חסידים, האט דער רבי שליט"א ארויסגעברענגט ווי שטארק ער האט געוואלט פארן אינאיינעם מיטן עולם קיין מירון, אבער אין די יעצטיגע טעג איז אים זייער שווער צו נעמען די טירחה. דער רבי האט צוגעגעבן אז ער האפט נאך צו קענען פראווענען א שבת אין מירון במשך דעם קומענדיגן ווינטער מיט די תומכים נכבדיםם מחזיקי המוסדות.

דער רבי האט מדגיש געווען זיין גרויסע תשוקה זיך משתתף צו זיין פערזענליך, און באטאנט אז דאס השתתפות פון יעדער איינציגער חסיד איז אים חשוב, און יעדעמ'ס השתתפות וועט צוגעבן להצלת עולם התורה.

ווי געזאגט וועט די אסיפה קומענדיגע וואך פארקומען אין ביהמ"ד הגדול גור, זייענדיג א פאסיגן רחבות'דיגן ארט מיט די מעגליכקייט אריינצונעמען די טויזנטער חסידים וועלכע וועלן זיך פאראייניגן מיטן איינעם ציל, צו ראטעווען דעם עולם התורה והישיבות דחסידי וויזניץ פון א פינאנציעלן צוזאמבראך.




bottom of page