זונטאג פ' דברים • כ"ט תמוז תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: מענדי קאהן
אלפי חסידי סקווירא זענען אונטער'ן טיפן רושם פונעם היסטארישן שבת, ווען אין א זעלטענעם ברידערליכן און הכנעה'דיגן שריט איז כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א געקומען צו פארן לעשות את השבת בצל קדשו פונעם עלטערן שוואגער כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א, והנה המלכים נועדו יחדיו, זייענדיג א מרוגש'דיגע און זעלטענע מחזה הוד, ווי די צוויי רביים שליט"א מחבבין זה את זה און געבן זיך אפ יקרא דאורייתא מיט א ברידערליכע אהבה גלוי' כמים פנים אל פנים, ואשרי עין ראתהו.
דער קשר אמיץ פונעם וויזניצער רבי'ן שליט"א צום סקווירא הויף איז באופן מיוחד, אין א בחינה פון א 'קשר עליון דאורייתא', ווען דער וויזניצער רבי האט בשנות בחרותו זיך משלים געווען במעלות התורה והיראה בישיבתו הרמה פונעם גרויסן שוואגער דער סקווערער רבי שליט"א, און דאן געהאט די אכסניא אין שטוב פונעם סקווערער רבי'ן, אנקניפנדיג זינט דאן א ספעציעלע התקשרות און נאנטשאפט וואס האלט אן עד היום מיט א זעלטענע אהבה ואחוה וריעות, קומענדיג יעצט צום אויסנאמליכן אויסדרוק, מיט'ן קומען צו פארן מסתופף זיין בצלא דמהימנותא אין שיכון סקווירא.
דער שבת איז געווען כל כולו חידוש, ווען דער וויזניצער רבי האט מיטגעהאלטן דעם גאנצן שבת, מבואו ועד צאתו, כעבדא קמי' מרא און ווי א חסיד לפני רבו, און נישט ארויסגעוויזן קיין שום צייכענעס פון הנהגה, טראץ זייענדיג זעלבסט א רועה נאמן און מנהיג העדה פון אלפי ישראל, האט ער אצינד אלעס אפגעלאזט, מיט א התבטלות יתירה והכנעה גמורה צו גיסו הגדול דער סקווערער רבי שליט"א, קומענדיג צו פארן מיט ממש געציילטע מקורבים.
וכמים פנים אל פנים האט זיך ארויסגעוויזן די גרויסע התקרבות און הערצה יתירה וואס דער סקווערער רבי האט ארויסגעוויזן צום וויזניצער רבי'ן, זעצנדיג אים ליד ימין קדשו במשך דעם גאנצן שבת און מכבד געווען מיט די שענסטע כיבודים ביקרא דאורייתא. ווי שוין באריכטעט האט דער סקווערער רבי אפגעשטאט ליל שישי א ביקור קבלת פנים ביים וויזניצער רבי'ן, בבית האכסניא אין מאנסי.
ערש"ק שפעט נאכמיטאג איז דער וויזניצער רבי אנגעקומען צו די אכסניא אין שיכון סקווירא, אין שטוב פונעם פלומעניק, הרה"צ רבי אהרן מענדל שליט"א בנו הגדול פונעם סקווערער רבי'ן, וואו מ'האט געדאווענט מנחה פאר די שקיעה, כמנהג וויזניץ. שפעטער איז דער וויזניצער רבי אריבער צום דאווענען אין ביהמ"ד הגדול, וואו מ'האט נאך געהאלטן פאר מנחה. דער רבי איז געזעצט געווארן ביי מכובד'דיגע בימת כבוד צום רעכטן זייט פון ארון הקודש. נאכ'ן דאווענען האט מען אויסגערופן אז מ'גייט אריבערגיין זאגן גוט שבת ביי ביידע רבי'ס, ומה נהדר היה המראה ווען די צוויי רבי'ס זיצן צוזאמען און זענען עונה למול אלפי החסידים.
די סעודת שבת האט דער וויזניצער רבי געגעסן בבית האכסניא, צוזאמען מיט הרה"צ רבי אהרן מענדל און די בני המשפחה. שפעטער איז דער וויזניצער רבי אריבער צום טיש, אפווארטנדיג דעם סקווערער רבי נאך איידער'ן ערשיינען צום טיש, און דערנאך מיטגעהאלטן די גאנצע טיש עד גמירא.
דער וויזניצער רבי איז נתכבד געווארן מיט הגבהת הכוס ביי קידוש, און אינמיטן טיש פארצוזינגען דעם וויזניצער קה רבון, חזן וקהל, און נאכ'ן טיש מיט ברכת המזון על הכוס. עס איז אויך פארגעקומען די שמחת השלום זכר ביי אן אייניקל פון סקווערער רבי, וואו מ'האט געזינגען עטליכע ניגוני שמחה, און דעם וויזניצער מצוה טאנץ ניגון. אויך האט דער רבי מכבד געווען ביי איינע פון די זמירות הרב פישל כהנא מנהל ת"ת וויזניץ אין וויליאמסבורג, פון די ענגע סוויטע מקורבים וואס האט באגלייט דעם וויזניצער רבי'ן אויפ'ן שבת. נאך די תורה פונעם סקווערער רבי'ן, האט דער רבי מכבד געווען דעם וויזניצער רבי צו זאגן תורה, און ווארעם ארומגערעדט מיט געהויבענע בחינות פון גודל מדת האחדות מתובל מיט עניני הפרשה מפי ספרים וסופרים.
נאכ'ן טיש איז דער וויזניצער רבי אריין לחדרו הפרטי פונעם סקווערער רבי'ן, וואו ס'האט זיך אנטוויקלט א שיינע שמועס, ווען דער וויזניצער רבי ברענגט ארויס זיין התפעלות פונעם שיכון נאה וחסודה וואס האט זיך אזוי בליענד אנטוויקלט, געדענקענדיג נאך דעם והיה ראשית מצער, פון די ערשטע יארן ווען ער איז דא געווען אלס בחור, עס האבן נאך געוואוינט א קארגע עטליכע הונדערט אידן, ועתה שמך ה' אלקיך לרוב מיט טויזנטער משפחות בליעה"ר. נאכדעם איז דער וויזניצער רבי צוריק אין די אכסניא, וואו ער האט ממשיך געווען די באטע מיט די וויזניצע זמירות אינאיינעם מיט די מקורבים, ביז אין די פריע פארטאגס שעה'ן.
צופרי פאר'ן דאווענען האט דער סקווערער רבי מכבד געווען דעם וויזניצער רבי'ן מיט ברכות, און איז צוגעגאנגען צו שחרית, פארדאווענענדיג מיט'ן וויזניצער נוסח, און ביי קדיש געזאגט "קץ" כמנהג סקווירא. ביים ליינען איז דער וויזניצער רבי מכובד געווארן מיט שלישי, און עס האבן אויך עולה געווען דעם רבי'נס בן יחיד הרה"צ רבי חיים מאיר שליט"א, מקורבו הנגיד ר' חיים מאיר טאבאק, נכדו הבחור ישראל כ"ץ, און מפטיר מקורבו הנגיד ר' חיים שטערן פון קווינס.
דער סקווערער רבי האט אוועקגעגעבן זיין כיבוד הגבה וואס ער גייט יעדע וואך, פאר'ן וויזניצער רבי'ן, און גלילה איז געגאנגען וויזניצער רבי'נס עלטסטע אייניקל הרב שמחה האגער. נאכ'ן דאווענען איז פארגעקומען א קידושא רבא לכבוד די בר מצוה פון אן אייניקל ביים סקווערער רבי'ן, און דערנאך איז דער וויזניצער רבי אריין אויף קידוש בביתו נאוה קודש פונעם סקווערער רבי'ן, וואו ס'איז ארומגעשמועסט געווארן שיינע ענינים און משפחה זכרונות מימי קדם, און פון אלטע סקווערע חסידים.
דערנאך האט דער וויזניצער רבי מיט בנו יחידו הרה"צ רבי חיים מאיר געגעסן די סעודה בביתו נאוה קודש פונעם סקווערער רבי'ן, אינאיינעם מיט אלע קינדער פונעם סקווערער רבי'ן, וואו מ'האט קרוב צו דריי שעה פארברענגט בשבת אחים אויף א געהויבענעם פארנעם, ביז'ן מיטאג-טיש פונעם סקווערער רבי, ווען דער וויזניצער רבי איז אריבערגעקומען מיטהאלטן די גאנצע טיש. דער סקווערער רבי האט מכבד געווען מיט א זמר הנגיד ר' חיים לייב ראזענבערג, דער בעל אכסניא פונעם וויזניצער רבי'ן אין בארא פארק, און מיט ברכת המזון מכבד געווען דעם וויזניצער רבי'נס הרה"צ רבי חיים מאיר.
ביי מנחה האט דער סקווערער רבי ווידער מכבד געווען דעם וויזניצער רבי מיט הגבה, און דערנאך איז דער וויזניצער רבי אריין בחדרו הפרטי פונעם סקווערער רבי, וואו מ'האט טועם געווען פון די פירות. נאך מנחה האט דעם וויזניצער רבי'נס זון הרה"צ רבי חיים מאיר איבערגעגעבן א הפלא'דיגן שיעור בפרקי אבות אין ביהמ"ד הגדול, בהשתתפות די קינדער פונעם סקווערער רבי'ן.
דער וויזניצער רבי האט זיך געוואשן צו שלש סעודות אין א פריע שעה, בבית האכסניא, און דערנאך אריבער צו שלש סעודות ביים סקווערער רבי, וואו דעם סקווערער רבי'נס קינדער האבן איבערגעגעבן א גריס פונעם הערליכן שיעור בפרקי אבות דורך הרה"צ רבי חיים מאיר. נאך מעריב איז דער וויזניצער רבי אריבער לבית האכסניא און הבדלה געמאכט, און זיך ווארעם באדאנקט פאר'ן פלומעניק דער בעל אכסניא הרה"צ רבי אהרן מענדל.
איידער'ן פארלאזן שיכון סקווירא, איז דער וויזניצער רבי ווידער אריבער אויף א באזוך ביים סקווערער רבי, און אויסגעדרוקט זיינע רגשי התפעלות נאכ'ן מיטהאלטן אזא שבת וואס ער האט זוכה געווען מיטצולעבן, און די רבי'ס האבן זיך דאן געשיידט לשלום.
Comments