top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

כי בא השמש: האד' מסקווירא אפגעשטעלט דאווענען מנחה ביי סנעקזיט גאז-סטאנציע נאך וואשינגטאן בריק

מיטוואך פ' תולדות • כ"ה חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אין אן אויסנאמליכע ערשיינונג האט זיך כ"ק אדמו"ר מסקווירא שליט"א היינט פארנאכטס עת כי פנה יום זיך אפגעשטעלט דאווענען מנחה ביי די סנעקזיט גאז-סטאנציע נאכ'ן וואשינגטאן בריק, זייענדיג על אם הדרך אויפ'ן וועג אהיים קיין שיכון סקווירא.


דער רבי שליט"א איז געווען אויפ'ן וועג אהיים פון א דאקטאר-וויזיט אין מאנהעטן, און ווען ס'איז געקומען נענטער צום זמן ר"ת, און דעם רבי'נס אויטא האט זיך געטראפן געשטראנדעט אינעם טראפיק, און מ'האט געזען אז מ'וועט בשום אופן נישט קענען אנקומען אהיים צו קענען דאווענען מנחה מבעוד יום, האט מען זיך בלית ברירה אפגעשטעלט ביי די גאז-סטאנציע נאכ'ן בריק, וואס ווערט פארוואלטעט דורך א היימישן סקווערער יונגערמאן.


דער רבי שליט"א מיט די מקורבים זענען אריין אינעם געשעפט נעבן די גאז-סטאנציע, וואו דער אייגנטומער האט זאפארט איינגעארדענט א ספעציעלע חדר מיוחד פאר'ן רבי'ן, ווי דער מנהג ביי די צדיקי בית טשערנאביל צו דאווענען באזונדער אין שטוב, דורכ'ן אויפשטעלן א פארהאנג אויף א פראוויזארישן אופן, בשעת דעם רבי'נס מקורבים האבן אין איילעניש אראנדזשירט א מנין מתפללים, עטליכע חסידים וואס זענען געקומען צו פליען פון שיכון סקווירא, ווען אויפ'ן פלאץ זענען אנוועזנד געווען עטליכע סאטמארער חסידים וואס האבן נאכנישט געדאווענט מנחה.


דער רבי שליט"א האט געדאווענט מנחה מיט'ן מנין מתפללים, עספיענדיג נאך צו ענדיגן פאר'ן צאת הכוכבים, דעם רבינס זוהן הרה"צ ר' חיים מאיר האט געדינט אלס שליח ציבור, און נאך מנחה האט זיך דער רבי שליט"א באדאנקט פאר די מתפללים און באזונדער פאר'ן אייגנטומער פונעם געשעפט, און דאן פארגעזעצט דעם וועג קיין שיכון סקווירא.



Comments


bottom of page