top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

דאנערשטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש

 

אריבער 6,000 שלוחי חב"ד ביים יערליכן כינוס השלוחים אין קראון הייטס, די טראדיציאנאלע בילד פארנט פון 770 איסטען פארקוועי.


האד' מטאהש ביים טאנצן מצוה טאנץ נאכן חופה פון החתן זוהן פון בנש"ק הרב דוד פאנעט מדעעש פארגעקומען אין טאהשער שטעטל.


האד' מפיטסבורג ביי הבדלה און אמירת 'ויתן לך' אין שטוב פון הנה''ח ר' לייבל גאלדבערגער הי''ו אין די טאמס ריווער געגענט בגלילות לעיקוואד וואו דער רבי האט געוויילט שבת לטובת מוסדותיו.


הגה"צ ר' דוד צבי קאהן אבד"ק תולדות אברהם יצחק בית שמש אויף א באזוך ביי מרן פוסק הדור הגאון הגדול רבי משה שטערנבוך שליט"א, לקראת די חתונה פון בתו הכלה.


די באזוך די וואך פון האד' מוויזניץ לאנדאן ביי הגאון הגדול רבי שאול אלתר שליט"א.


כ"ק אדמו"ר מבאבוב 45 אין א ברודערליכע שמועס מיט אחיו כ"ק אדמו"ר מדאמבראווא שליט"א ביים יערליכן מלוה מלכה לטובת ביהמ"ד דאמבראווא אין בארא פארק.

צווישן די טויזנטער סוקסעספולע ביזנעסלייט ביים גרויסן "סקווירא עקספא" האט קרישקעס באמערקט העסקן הנודע הר"ר שלום אלי' פעלבערבוים מגדולי עסקני סקווירא ביים ארומגיין אינאיינעם מיט שותפו לדבר מצוה העסקן ר' מענדי צימענט מעסקני מוסד בית לפליטות.

הגה"צ רבי משה קאהן שליט"א ראש ישיבת תולדות אהרן אין א שמועס מיט הרה"ח ר' הערשל כץ הי"ו משב"ק אדמור"י וויזניץ ביים חומש סעודה די וואך אין ת"ת "צמח צדיק" וויזניץ אין אלעד.

הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי ביים מנחם אבל זיין  נאמן ביתו ויד ימינו הר"ר יעקב גראס הי"ו נאך די טראגישע פטירה די וואך פון א קינד ל"ע.

הגאון הגדול ר' מלכיאל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד באגלייט ארויס האד' מסאדיגורא נאך א באזוך היינטיגן דאנערשטאג.

האד' מוויזניץ לאנדאן ביים מעביר סדרה זיין פאריגן ערב שבת בבית האכסניא אין ירושלים, מלובש בטלית ותפילין.

קירוב רחוקים: כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א ביים מקרב זיין אידן וואס נויטיגן זיך אין חיזוק, און זיי נענטער ברענגען לאבינו שבשמים.

נאכן העכסט געלונגענעם מסע הישועות קיין קערעסטיר, אונגארן, האט 'קרישקעס' באמערקט הרה"צ ר' אהרן מרדכי רוקח שליט"א און א שמועס מיט העסקן ר' יוחי פליישמאן פון די בארימטע "וויי עף" פראדאקשאן פירמע, ווי הרה"צ האט זיך באדאנקט פאר די געטרייע ארבעט וואס ער האט אריינגעלייגט במשך די גאנצע נסיעה.

אין די 'תפארת' ספרים געשעפט אין אנטווערפן האט 'קרישקעס' באמערקט כ"ק אדמו"ר משינאווא שליט"א וואס וויילט די טעג אויף א באזוך אין זיין געוועזענען היימשטאט.

עבדים לעבדי ה': ר' נחמן טויב און הר"ר פייבוש סאמפלינסקי משמשים בקודש ביי כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א אין א ריקוד ביי די חתונה די וואך בבית ר' פייבוש סאמפלינסקי אין מאנסי.

האד' מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי אינעם לופטפעלד אויפן וועג קיין ארה"ק.

הגאון ר' מלכאיל קאטלער ראש ישיבת ביהמ"ד גבוה דלעיקוואד באזוכט אינעם אכסניא פון הגאון האדיר ר' משה הלל הירש ראש ישיבת סלאבודקא בעת דעם ביקור חיזוק דורכן ראש הישיבה אין עיר התורה לעיקוואד.

האד' מפשעווארסק ביים ערהאלטן א ידיעה אבערן מצב הבריאות ביים שוואגער גאב"ד פשעווארסק וויליאמסבורג, דורך בנו הגה"צ רבי איציקל רייך אבד"ק פשעווארסק ויליאמסבורג, ביים סעודת הילולא פון אביו הרה"ק מהר"י מפשעווארסק זי"ע די וואך.

הרב אייזיק דאסקאל מגדולי עסקני ק"ק סאטמאר, ביים אויסרופן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנסי שליט"א צו מצוה טאנץ ביי די חתונה הגדולה פון א אייניקל די וואך.

הגאון ר' אשר ווייס גאב"ד דרכי תורה באזוכט אין די לניאדא שפיטאל אין קרית צאנז נתניה.

כ"ק אדמו"ר מאמשינוב ביים מכבד זיין בנו חביבו הרב משה מיליקובסקי צו טרינקען פונעם כוס נאכן שמחת הברית די וואך פון אן אייניקל.

אן אייגנארטיגער מאמענט, ווען דער הויפט רב פון אוקראינע הרב בלייך, וואונטשט מזל טוב פאר דער רוסישער הויפט רב הגאון ר' בערל לאזאר שליט"א, ביי די שמחת התנאים פון זיין טאכטער וואס איז פארגעקומען אין קראון הייטס נאכן גרויסע מעמד כינוס השלוחים. דער רוסישער הויפט רב האט זיך משדך געווען מיט דער זוהן פון הרב אברהם וואלף שליט"א דער הויפט רב פון אדעסא, אוקריינע און רב פון די ארטוגע בית חב"ד.

לגדלם ולחזקם: די פערזענליכע הזמנת כבוד וואס איז געשיקט צו די הונדערטער מנהלים בארץ הקודש וואס פירן זייערע מוסדות על טהרת הקודש לקראת די געהויבענע מעמד כ"א כסלו בחצר הקודש סאטמאר.

הרה"צ רבי חיים מאיר טווערסקי בן האד' מסקווירא און א שמועס מיטן ענערגישער איש המעש ר' יעקב יוסף בערגער, פון די "טריפל קאארדענשענס" פירמע וואס איז געשטאנען אין שפיץ פונעם סקווירא עקספאו, ווערט אויך געזעהן העסקן הר"ר מענדל בערגער הי"ו מראשי הקהילה.

דאס זעלטן נעימות'דיגער געזאנג פון די בעלי מנגנים מוה"ר אייזיק האניג, שירה כאר, און אידיש נחת קאפעליע ביים אראפזינגען מיט א מתיקות סקולענער שטיקלעך און ניגונים ביים גרויסן שומרי החומות דינער פאריגע וואך, מוקדש לזכרו פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל


הרב ר' מיכאל שארף הי"ו פון לאנדאן וועלכע איז די וואך אויפגענימען געווארן אלס חבר אינעם וועד רבני הכשרות דקהל מחזיקי הדת האט 'קרישקעס' די וואך באמערקט אין א שמועס מיט האדמו"ר מפשעווארסק ביים מקבל זיין ברכת קדשו צו זיין נייעם תפקיד.

דער בעל מנגן ר' דובי מייזעלס הי"ו אין א שמועס מיט האד' מרימינוב די וואך ביים מעמד חנוכת הבית להרחבת ביהמ"ד רימינוב אין בארא פארק.

הרה"צ רבי נחמיה אלתר בן האד' מגור ביים שמחת הבר מצוה פון א אייניקל ביי הרה"ח ר' יונתן בורנשטיין מנכ"ל איחוד מוסדות גור.

בסוד שיח: האד' מטאהש שליט"א אין א שמועס מיט הבנש"ק ר' דוד פאנעט הי"ו און העסקן ר' יעקב יוסף פליטשקין הי"ו וועלכע האבן ביידע זוכה געווען צו משמש זיין אינאיינעם ביי כ"ק אדמו"ר רבי מיכעלע מזלאטשוב - נתניה זצ"ל.


האד' מראחמיסטריווקא ספרינג וואלי באזוכט היינט ביי כ"ק אדמו"ר מקאפיטשניץ שליט"א אין ירושלים.


האד' ממעזיבוזש אין א דביקות'דיגן מאמענט אויפן דאך פונעם ציון הק' אין אתרא קדישא מירון.

האד' מוויזניץ לאנדאן באזוכט אין שטוב פון הנגיד ר' ישראל אביגדור פריעד, אין קרית בעלזא ירושלים.

דער הויפט רב פון רוסלאנד הגאון רבי בערל לאזאר אין באגעגעניש מיט מרן ראש הישיבה הגאון ר' משה הלל הירש אינעם קענעדי עירפארט.


האד' מראחמיסטריווקא ביי א חאלאקע לבן אחד מנגידי ותומכי המוסדות.


הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביים מנחם אבל זיין ביי משפ' ברוין נאך די פטירה פון דעם שר העסקנים הרה"ח ר' שמעון ברוין ז"ל משמש בקודש ביי הרה"ק מתולדות אהרן זיע"א.

כ"ק גאב"ד מאקאווא ביים געבן לחיים פאר זיין איידעם הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח ביים יארצייט טיש פון הגה"ק מבילגורייא זצ"ל בחצר הקודש בעלזא.

הרב יואל משה פינטו בנו הגדול פון האד' רבי יאשיהו פינטו גאב"ד מאראקא בקודש פנימה ביים פוסק הדור די וואך.

האד' ממיאלען איז מנחם אבל דעם גבאי'ן הרב מאיר כץ נאך די פטירה פון זיין פאטער ע"ה.

האדמו"ר מזידיטשוב שיקאגא אויף א באזוך ביי כ"ק אדמו"ר מקאסאן נאכן תפילין לייגן פאר זיין זוהן הבחור הבר מצוה ביים קאסאנער רבי'ן.

האד' מסאטמאר איז מנחם אבל ביי הרה''ח ר' סנדר גאלדבערגער הי''ו ע''פ אשתו ע''ה, ווערט געזעהן הרה"ח ר' מרדכי דוד וויעדער הי"ו משב"ק הרה"ק בעל 'ברך משה' מסאטמאר זי"ע.

האדמו"ר מנדבורנה ביים איבערגעבן א שיחת חיזוק פאריגע וואך און ישיבה גדולה וויזניץ אין קיימישע לעיק וויילנדיג אין גיבבער'ס אויף אפרוה.

ביים ליינען קריאת שמע ליינען לנכד האד' מסקולען לעיקוואד, בן הנולד ביי בנו הרב סענדר פארטוגאל, אין מאנטיסעללא.

הגה"צ ר' משה קרעמער מגדולי רבני ברסלב האט 'קרישקעס' די וואך באמערקט אויך די ירושלימער געסערלעך בשכונת בית ישראל כאחד האדם.


 

ברכת מזל טוב לכבוד העסקן הר"ר מאיר רובינשטיין מאיער פון שטאט ביתר, לרגל די שמחת הבר המצוה פון זיין זיין ני"ו, למזל טוב.


א ברכת מזל טוב פאר הר"ר אברהם הכהן כ"ץ הי"ו מגדולי עסקני ישיבת עסק התורה ד'ראחמיסטרייוקא, לרגל הולדת בתו למזל טוב.


א ברכת מזל טוב פאר הר"ר אהרן משה וועג הי"ו משב"ק האד' מליזענסק, לרגל די שידוך שליסן פון בתו הכלה בשעה טובה.


א ברכת מזל טוב פאר החתן דוב ארי' פיליפף משב"ק האדמו"ר משומרי אמונים, לרגל זיין שידוך שליסן די וואך בשעה טובה ולמזל טוב.


א ברכת מזל טוב פאר האברך החשוב בנש"ק הרב זלמן בידערמאן שליט"א נכד האד' מלעלוב ירושלים לרגל שמחת הולדת הבן למזל טוב.


א ברכת מזל טוב פאר הר"ר מענדל פישער הי"ו מנכ"ל מוסדות סערט וויזניץ, לרגל זיין חתונה בשעה טובה, אינעם בילד האד' מסערט וויזניץ ביים זיך משתתף זיין ביי די שמחה.


Comments


bottom of page