top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

דאנערשטאג פ' כי תצא • ט' אלול תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א  ביים פרישן ציון פון הרה"ק מסקולען זיע"א אויפן וויזניצער בית החיים אין שטאט מאנסי, נאך אינמיטן די ימי האבלות לפטירתו.

האד' מפאריסוב אויף א באזוך די וואך ביי כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א נאכן איבערנעמען די כתר האדמור"ות.

הגה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים אב"ד סיגעט בן האד' מסאטמאר (מהרי"י) האט 'קרישקעס' די וואך באמערקט ביים לחיים נאכן דאווענען אינעם 'שוהל הויף' אינעם עיר האבות סיגעט אין ראמעניע וואס שטייט בנשיאות דודו האד' מסאטמאר (מהר"א), ביומא דהילולא פון זקינו הרה"ק בעל הייטב לב זי"ע וואס די הילולא איז אויסגעפאלן בו ביום.

דער פיילאט אויפן עראפלאן פון כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א קיין ארץ ישראל ביים מקבל זיין ברכת הדרך פונעם רבי'ן איידערן זיך ארויסלאזן אין וועג.

האד' מקאפיטשניץ ביים אנוואונטשן אן איר אייניקל א צוויי יעריג יתומל, א זוהן פון נכדו המנוח ר' אברהם משה רבינוביץ ע"ה זוהן פון זיין איידעם האד' מביאלא, ביים ערשטן יארצייט לפטירתו.

המשפיע הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב ביי א חתונה די וואך לבן אחד מחסידיו אין ניו יארק.

די וואך ביים מעמד "יציקת הבורות" וואס איז אפגעראכטן געווארן צו די נייע פריוואטע מקוה טהרה פון כ"ק אדמו"ר מסקווירא אינעם ביהמ"ד החדש האט די רבי שליט"א געשאנקען א שיינעם סכום געלט פאר די גוישע ארבייטערס וואו דער מנהג איז.

די וואך נאך הבדלה בחצה"ק בעלזא האט מען געזינגען המבדיל אויפן באקאנטע ספרדישע תנועה 'אדון הסליחות' וואס ווערט געזינגען בימי הסליחות אין די ספרדישע קרייזן.


ביים קורצן באזוך די וואך פון האד' מוויזניץ אין שיכון סקווירא לרגל די שמחת החתונה פון א אייניקל, האט זיך 'קרישקעס' אריינגעכאפט צום רבינס אכסניא אין סקווירא שטעטל, ווערט געזעהן די משב"ק הרה"ח בן ציון שטאנגער הי"ו, פארברענגענדיג מיטן בעל אכסניא ר' אביגדור עסטרייכער הי"ו. ווערט אויך געזעהן הר"ר שלום אלי' פעלבערבוים הי"ו מגדולי עסקני חצר הקודש סקווירא.

די לעגענדארע משמש בקודש ביי אדמור"י בית סקולען הרה"ח ר' מרדכי שמואל קאהן הי"ו ביים רייסן קריעה ביים מסע הלוי' פון רבו כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל.

ביים לוויה אין מאנסי האט 'קרישקעס' באמערקט הרב משה פריעדמאן משב"ק אדמור"י בית סקולען ביים קאנטראלירן דעם ציבור לאלפים כדי די אדמור"ים ורבנים זאלן קענען צוקומען.

ביי די רעבישע חתונה די וואך אין חצר הקודש סקווירא נאכן מעמד החופה דערנאך וואס מען האט געדארפט פאררעכטן די לעמפלעך און עס איז נישט געווען קיין געהעריגע לייטער...

די בעל מנגן ר' מאטי שטיינמעץ מיט קארצע ווערטער לקראת די געהויבענע און היסטארישע "מסע הגדולים" להצלת יהדות ארה"ק קיין פאריז, פראנקרייך.

האד' מוויזניץ ביים שמחת החאלאקע פון א אייניקל ביי ש"ב דער בעל מנגן הרב מאיר אדלער הי"ו בעת דעם רבינס באזוך די וואך אין ניו יארק.

חייב אדם בכבוד חמיו: האד' מפיטסבורג איז משמש זיין שווער האד' מקרעטשניף ירושלים נאכן חופה די וואך פון א קינד.

האד' מפיטסבורג אין א ריקוד מיט הנגיד ר' בערי ווייס הי"ו ביי די חתונה די וואך בחצר הקודש.

האד' מגור ביים שבע ברכות די וואך בבית מקורבו הרב יונתן בורנשטיין מנכ"ל איחוד מוסדות גור.

על שפת הים: האד' הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן אין נתניה אויף אפרוה.

אויפדעקונג: פסק דין פון הגה"ק גאב"ד ירושלים זצ"ל בעל שערי טוביה וואס איז אונטערגעשריבן געווארן דורכן בית דין צדק פון די עדה החרדית מיט 12 יאר צוריק ווען דער סקולענער רבי זצ"ל האט זיך געפונען אין א קריטישע געזונט צושטאנד און איז אריבער א לעבער טרענספלענט, וואו דער דעמאלסטדיגער גאב"ד און די חברי הבד"ץ האבן געפסקנט אז דער רבי זצ"ל דארף געזונט ווערן, אויפן בקשה פון הרה"ק בעל 'מאור ישראל' מסקולען זצוק"ל צוזאמצוזעצן א מושב בי"ד כדי די פסק זאל אנגענומען ווערן אין בית דין של מעלה.

האד' ממעזיבוז אויף א תפילה די וואך אינעם אהל אדמור"י בית ליובאוויטש אין קווינס.


העסקן ר' יוחי פליישמאן פון די בארימטער "וויי עף" פראדאקשענס איז מקבל ברכת קדשו פון כ"ק אדמו"ר מקראלי שליט"א, נאכן אנפירן די חתונה הגדולה די וואך אין די קראלי הויף, די רבי האט זיך באדאנק פאר די געטרייע ארבעט להצלחת החתונה.

גאב"ד מאקאווא באזוכט אין שטוב פון הרה"ח ר' יעקב ברוך אשרי הי"ו שטייענדיג ככלות השלושיםצו די טראגישע פטירה פון בנו האברך ר' ישראל שלום אשרי ע"ה וואס איז טראגיש אוועקגעריסן געווארן בדמי ימיו זייענדיג פארמישט אין א עקסידענט.

טייל פונעם דרויסנדיגע סטרוקטור פונעם ביהמ"ד הגדול אין שיכון סקווירא שוין גרייט לקראת די ימי הנוראים ווען מען וועט בעז"ה צייטווייליגע באנייען דעם ביהמ"ד הגדול והחדש.

אזוי אויך האט 'קרישקעס' באמערקט הרה"ח ר' אהרן גאלדקלאנג הי"ו העומד בראש פונעם בנין הגדול פריעקט, ביים זיך אים קוקן אויפן נייעם בנין בית המדרש הגדול והחדש.

הרה"צ ר' יוחנן שוחט בן האד' מקארלין סטאלין באזוכט ביי האד' מוויזניץ לאנדאן.

דער אידישער אמבאסאדאר פון אמעריקע קיין מדינת ישראל דזשעק לו באזוכט אין שטוב פון מרן הגאון רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע.


עורו ישנים: הגאון ר' בנציון אזרחי ראש ישיבת עטרת ישראל איז ממשיך די מסורה פון זיין פאטער הגאון הגדול רבי ברוך מרדכי אזרחי זצ"ל, מיטן 'א-ל-ו-ל' הכרזה אין ישיבה צום אנפאנג פון די נייע אלול זמן.


ביי א רייכע באנקעט אין ניו יארק לטובת מוסדות דושינסקיא האט 'קרישקעס' באמערקט די בארימטע פאטאגראפירער ר' שלומי טריכטר אין א שמועס מיט רבו האדמו"ר מדושינסקיא שליט"א.

א פארטאגרעפער ביי די עבודת הקודש אריינצונעמען ווי א גרעסערע טייל פונעם ציבור אינעם בילד, ביים לוי' די וואך פונעם סקולענער רבי'ן זצוק"ל

הגה"צ גאב"ד סאטמאר מאנסי אין א שמועס מיטן פלאמעניק הגה"צ רבי העניך אשכנזי אבד"ק אבני צדק קרית יואל ביי א שמחה די וואך.

די וואך אינעם חב"ד הויפטקוואטיר 770 האט 'קרישקעס' באמערקט כ"ק אדמו"ר מסטריקוב וועלכע וויילט די יעצטיגע טעג אין ניו יארק, ביי תפילת מעריב.

ראש הישיבה הגאון רבי דוב לאנדא ביים אנוואונטשן דער מעיאר פון ירושלים משה ליאון ביים מעמד הנחת אבן הפינה פארן ביהמ"ד המרכזי חניכי הישיבות אין די נווה יעקב געגענט.

לעצטע כתב יד פון הרה"ק מסקולען זצ"ל וואס דער רבי האט געשריבן אין די לעצטע פאר טעג איידערן הסתלקות זייענדיג על ערש דוי אין שפיטאל, ווי דער רבי שרייבט: "נאר מ' אמונה", א לעבעדיגע ביישפיל פונעם רבינס דמות וואו ער האט געלעבט מיט אמונה אפילו אין די שווערסטע מצבים.

האד' מספינקא רמת אהרן אין א דביקות'דיגע מאמענט ביים שריד בית מקדשינו הכותל המערבי.

תקיעות שופר אויפן באן, חסידי פשעווארסק אונטערוועגנס פון לאנדאן צום חתונה די וואך בחצר הקודש פשעווארסק מעבר לים אין אנטווערפען.

הגה"צ אבד"ק קאסוב מאנסי ביים וועכענטליכן שיעור פאר שומעי לקחו אין שטאט מאנסי.

האדמו"רים ממודזיץ אין קאזמיר אין א ברודערליכן שמועס נאכן עלי' לציון אמם הרבנית ממאדזיץ ע"ה ככלות השבעה.

התנצלות פון חצר הקודש טאהש נאכן הילולא קדישא פון הרה"ק מטאהש זיע"א.

אין ק"ק צאנז קלויזענבורג אין מאנסי איז ארויסגעשטעלט געווארן א ברכת מזל טוב פארן נייעם סקולענער רבי שליט"א, וואס האט - אלס שכן טוב, במשך די יארן אסאך משפיע געוועהן בין כותלי הביה"ד, 'למען יאריך ימים על ממלכתו'.

 

א ברכת מזל טוב פאר הבה"ח אהרן יואל מארקאוויטש מנאמני בית האד' מסאטמאר לרגל זיין שידוך שליסן מיט הכלה טאכטער פון הר"ר יעקב הערש ווייס הי״ו - ממשמשי ביהמ"ד הגדול סאטמאר.


א ברכת מזל טוב פאר העסקן ר' מענדי צימעט הי"ו מחשובי עסקני 'בית לפליטות' לרגל הולדת בנו למזל טוב, א ברכת מזל טוב פארן זיידן הרה"ח ר' משה יוסף צימעט הי"ו משב"ק האד' מתולדות אהרן



Comments


bottom of page