top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרית יואל • גראנדיעזע פלענער פאר הונדערטער חתן-כלה דירות ווערט פלאנירט נאך אסיפה בבית האד' מסאטמאר

זונטאג פ' פקודי • ל' אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש


נאכפאלגענדיג דעם קול מעורר וואס כ''ק האדמו''ר מסאטמאר שליט''א האט אויפגעהויבן ביים גרויסן מעמד 'קהלא קדישא', וואו די רבי האט אדרעסירט דעם קריזיס פון די הויכע פרייזן פון דירות אין קרית יואל, וועלכע ווייטאגט און גיבט נישט קיין מנוחה, ווערט אצינד געמאלדן איבער אן ערשטער אבער גאר דראסטישער שריט, צו אויפבויען א ריזיגער קאמפלעקס פון ביליגע רענטאל דירות פאר חתן כלה, א מאסיווער פלאן צו דערפרייען און פארגרינגערן פאר טויזנטער תושבי העיר קרית יואל.


ס'איז שוין א לענגערע צייט וואס די רבי שליט"א זיצט מיט די הנהלת הקרי' לטכס עצה וויאזוי צו פארגרינגערן פאר תושבי העיר, אין א צייט וואס די דירות מארקעט איז כהיום אזוי הויעך אז ס'איז שוין כמעט אוממעגליך פארצוזען וויאזוי אפילו מיטל-קלאס פארדינער זאלן קענען באצאלן אזעלכע פרייזן רענט, אדער מארטגעדזש מדי חודש בחדשו.


ווי שוין געמאלדן האט די רבי שליט''א פאררופן אן אסיפה מיט די הנהלת הקרי' וועלכע האבן שוין צוגעשטעלט די מעגליכקייטן פאר אזויפיל טויזנטער תושבים אין די נייערע שכונות, ביי יענעם אסיפה זענען אויפגעקומען עטליכע מהלכים און פלענער, סיי לגבי יעצט, און סיי לגבי דעם עתיד, און פון דאן איז געווען כמעט-טעגליכע שמועסן און כסדר'דיגע זיצונגען צווישן די הנהלת הקרי' און די רבי שליט"א. איינס פון די שטארקע געברויכן וואס ס'איז געווארן אויסגעשמועסט און ארויפגעקומען אלס א גאר וויכטיגע ווענדפונקט, איז דער געברויך ביי חתן כלה דירות. די רבי האט זיך אפגערעט ווי עס קומען כסדר אריין מחותנים וועלכע באקלאגן זיך איבער די אוצגעהויערע פרייזן פאר חתן-כלה דירות, וואס ברענגט עגמת נפש פאר דעם פרישן פארפאלק, און אויך פאר די עלטערן פון ביידע זייטן וועלכע מוזן פיל מאל אליינס צולייגן פון זייער אייגן געלט - וואס זיי האבן נישט - צוצוהעלפן די קינדער דערמיט.


דא איז די הנהלת הקרי', אויפגעקומען מיט א פלאן אויפצובויען א מעכטיגער קאמפלעקס פון אזויפיל ווי קרוב צו טויזנט חתן כלה דירות, וואס וועט ווערן געבויט דורך די הנהלת הקרי' זעלבסט, אויף זייער שטח, אויף אן אופן אז די רענט זאל זיין דאס ביליגסטע שייך לויט די קאסטן, וואס דאס מיינט א זיכערע דראסטיש-רעדוצירטע רענט פרייז. די הנהלת הקרי' האט טאקע עפ"י עצתו ובקשתו פונעם רבי'ן שליט"א אונטערגעיאגט די פלאנירונג פראצעדור, און אנגעהויבן ערנסט אריינקוקן דערין, און אצינד איז אנגעקומען א פרעכטיגער קאנסעפט-פלאן כלול בהדרו, א געשריבענע פלאן וועלכע איז שוין ארויס לדרך בפועל ממש שפאנענדיג צום אינדזשענירונג ארבעט. 


דער פלאן שטעלט פאר דעם פראיעקט אויסגעצויגן אויף 5- אקער לאנד וואס די הנהלת הקרי' פארמאגט נאך אויפ'ן קארלסבורג גאס, וואו עס וועט ווערן אהערגעשטעלט 6 פרעכטיגע בנינים אדירים, מיט אזויפיל ווי 870 חתן-כלה דירות. די הנהלת הקרי' אויפגענומען א טיעם וועלכע האבן שוין אהערגעשטעלט מערערע גרעסערע קאמערשל און רעזידענשל פראיעקטן אין ברוקלין און אין אפסטעיט צוגלייך, וועלכע האט אנגעהויבן ארבעטן אויף די צוגרייטונגען צו ברענגען די אינפראסטרוקטור געברויכן פאר דעם פראיעקט.

Comments


bottom of page