דאנערשטאג פ' משפטים • כ"ט שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש
חסידי ראחמיסטריווקא תושבי וויליאמסבורג זענען איינגעהילט אין טיפע התרגשות, זיך גרייטענדיג צום קומענדיגן שבת קודש פרשת משפטים ווען כ"ק אדמו"ר מראחמיסטריווקא וויליאמסבורג שליט"א וועט צום ערשטן מאל פראווענען א געהויבענע שבת בקרב חסידיו אין שטאט וויליאמסבורג, שטייענדיג שוין א האלבע יאר זינט די הסתלקות לשמי מרום פון כ"ק אדמו"ר הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע.
איבערהויפט ברענגט די היסטארישע שבת אויף נאסטאלגישע געפילן ביי פילע חסידים, ווען נאך לאנגע יארן ווערט צוריק איינקוואטירט א טשערנאבילער הויף אין שטאט וויליאמסבורג, מקום מגוריו פונעם רבינ'ס זיידע הרה"ק מסקווירא זי"ע, וועלכער האט פאר א שיינע פאר יאר געוואוינט דארט און מאציל געווען מהודו והדרו אויף די גאנצע שטאט. אצינד ווען דער רבי שליט"א וועלכער האט נאך זוכה געווען זיך צו ווייקן לאורו הגדול פונעם זיידן הרה"ק מסקווירא זי"ע, פלאנצט ווידער איין דעם הייליגן הויף אין וויליאמסבורג, ווערט נתעורר די התרגשות און געגועים ביי יעדן איינעם.
לקראת דעם גרויסן שבת איז ארויסגעדינגען געווארן די פראכטפולע עידן פאלאס זאלן, וואס וועט ווערן אויסגעשטעלט אויף א ספעציעלע פארנעם פאר די תפילות און טישן דורכאויס שבת במעמד קהל רב. הויכשטאקיגע פארענטשעס ווערט אויפגעשטעלט פון אלע דריי זייטן, צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור וואס איז ערווארטעט.
מטעם הקהילה ווערט צוגעשטעלט אש"ל מלא ביד רחבה פאר די הונדערטער געסט וואס קומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם שבת, הונדערטער פארציעס ווערן צוגעגרייט פאר די סעודות כיד המלך, און פילע אכסניות ווערן צוגעשטעלט צו שלאפן. אזוי אויך ווערט געמאלדן אז פילע ראחמיסטריווקא חסידים תושבי בארא פארק וועלן אריינקומען קיין וויליאמסבורג ערב שבת מיטהאלטן דעם ערשטן טיש, און שפעט ביינאכט נאכן טיש זיך ארויסלאזן צוזאמען א שיירא חסידים צוריק אהיים קיין בארא פארק.
ספעציעל וועלן קומען צו פארן פילע זקני העדה אנשי שם, רבנים דיינים ומרביצי תורה, און עסקני קהילות קדושות ראחמיסטריווקא ברחבי תבל, אזוי אויך די קינדער פון כ"ק האדמורי"ם שליט"א לבית ראחמיסטריווקא, און די קינדער און איידימער פונעם חותן המלך כ"ק הגה"צ אבד"ק ראחמיסטריווקא שליט"א.
שבת אינדערפרי וועט דער רבי שליט"א פארדאווענען הלל פארן עמוד און תפילת מוסף, זייענדיג באקאנט אלס א געוואלדיגער בעל תפילה במתיקות, א תפקיד וואס דער רבי האלט אן מחיים חיותו פון אביו הגדול הרה"ק מראחמיסטריווקא זי"ע, שבת אינדערפרי נאכן דאווענען וועט דער רבי מעריך זיין דעם טיש סעודת צפרא דשבתא אינאיינעם מיט די פילע געסט אין די זאלן פון עידן פאלאס.
דורכאויס די וואך האט די רבי שליט''א באזוכט בבתי האדמור''ים שליט''א אין שטאט וויליאמסבורג זיך גרייטענדיג אפצורעכטן דעם ערשטן שבת אין שטאט, צווישן אנדערע האט די רבי באזוכט ביי כ''ק האדמו''רים מוויז'ניץ וויליאמסבורג, וויען, דינוב, קיוויאשד אין ביי מחותנו האד' מביקסאד.
Comments