top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וגילו צדיקים • הכנה דרבה צו חתונה הגדולה בחצר הקודש בעלזא; סדרי וזמני ימי השמחה

  • Bechatzros admin
  • 10 ביוני
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: 11 ביוני

דינסטאג פ' בהעלתך • י''ד סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

געפילן פון התרגשות ביי טויזענטער חסידי בעלזא ברחבי תבל שטייגט העכער און העכער מיט יעדע פארבייגייענדע טאג נענטער צום גרויסארטיגן שמחה בחצר המלכות, שמחת החתונה במעון הקודש פונעם ראש בית אב דער נשיא העדה כ"ק מרן אדמו"ר מבעלזא שליט"א.לאנגע חדשים וואס טויזענטער חסידים איבער די גארער וועלט קוקן ארויס אויף דעם געהויבענעם טאג, בעידן משוש חדוותא ווען דער רב שליט"א וועט באשיינען על ראש שמחתו, און משפיע זיין לארץ ולדרים בכל מקום אשר דבר המלך ודתו מגיע, א שמחה אין בעלזא איז נישט קיין קלייניגקייט, א חתונה אין בעלזא רופט אויס שמחה וחדוה איבער די גאנצע וועלט, קינד און קייט פרייען זיך מיט פון נאנט און ווייט. טויזענטער בעלזא חסידים פון אלע עקן וועלט גרייטן זיך אונטערצונעמען דעם לאנגן רייזע צו עולה רגל זיין קיין ירושלים עיר הקודש, לחוג את חג ה' און מיטהאלטן די געהויבענע שמחה בצל הקודש, א ריזן ציבור געסט קומען שוין אן די וואך פ' בהעלותך מיטצוהאלטן די שבת עלייה לתורה בצל הקודש.


די גרויסע שמחת החתונה וועט געפראוועט ווערן במעמד אלפי ישראל, דעם קומענדיגן מיטוואך פרשת שלח, כ"ב סיון הבא עלינו לטובה. עס וועט גיין אונטער די חופה הכלה תחי' בת קדושים אייניקל פון כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, א טאכטער פון בנו יחידו הרה"צ ר' אהרן מרדכי שליט"א, און אייניקל ביי כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, מיט החתן אלימלך פענסטער ני"ו ממצויני תלמידי ישיבה גדולה בעלזא אין בני ברק א זוהן פון הרה"ג ר' אהרן פענסטער שליט"א מגיד שיעור אין ישיבה גדולה בעלזא אין בני ברק. 


די ימי שמחה ואורה וועט זיך אנהייבן מיטן שבת באווארפן דעם קומענדיגן שבת פרשת בהעלותך, ווען דער חתן וועט עולה זיין לתורה אינעם ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא ירושלים, שבת נאכמיטאג וועט דער רב שליט"א מעריך זיין שולחנו הטהור לכבוד די שמחה, און שפעטער ביי שלש סעודות וועט געפראוועט ווערן די שמחת הפארשפיל בתופים ובמחולות לכבוד די גרויסע שמחה בבית צדיקים.אין די נאכפאלגענדע טעג וועט געפראוועט ווערן די סעודת עניים און סעודת החתן מאהל, ביז מ'וועט אנקומען צום שפיץ פון די ימי השמחה, די געהויבענע יום החופה מיטוואך פרשת שלח, די מעמד קבלת פנים און די חופה וועלן פארקומען אויפן גיגאנטישן שטח החצר פונעם ביהמ"ד הגדול, וואס איז שוין אויף יום טוב שבועות אויסגעשטאט געווארן מיט הויכשטאקיגע פארענטשעס פון 15 שטאק, ארום דעם גאנצן שטח. די סעודת החתונה און ריקודין קדישין וועט פארקומען אינעם גיגאנטישן ארענא סטעדיום אין ירושלים, וואו די עסקנים ארבעטן אצינד אויס די לעצטע דעטאלן מיט די פארוואלטונג פונעם סטעדיום אז אלעס זאל קלאפן על צד היותר טוב.די געהויבענע שמחת החתונה עד אור הבוקר וועט נאכגעפאלגט ווערן מיט די שבעת ימי המשתה, א רייע שבע ברכות דורך די קהילה און מוסדות, וויכטיגע ארגענעזאציעס און נגידי ותומכי המוסדות, און צום קלימאקס די צענטראלע שבע ברכות וואס וועט פארקומען זונטאג פ' שלח אינעם גרויסן חצר און וועט זיין געווידמעט פאר כל קהלא קדישא אינגעלייט, בעלי בתים, און די אלפי בחורי הישיבות דחסידי בעלזא.א רייע אסיפות קומען פאר אין די יעצטיגע טעג וואו צענדליגע עסקנים שליסן זיך אן ארויסצוהעלפן מיט די פארצווייגטע הכנות לקראת די שמחת החתונה, ספעציעל פארלאנגט זיך אצינד אסאך קאפ און מח אהערצושטעלן די פראקטישע און טעכנישע געטאלן אז דער רב זאל קענען אריינקומען און ארויסגיין גרינגערהייט.באזונדער טוען אלע בעלזא חסידים בארץ ובגולה צושטייער געבן דרשה געשאנק לכבוד די גרויסע שמחה, און דערמיט אנטייל נעמען אין די אומגעהויערע הוצאות וואס אזא גרויסע שמחה קאסט אפ בדמים תרתי משמע. ספעציעלע טיקעט'ס וועלן געשאנקען ווערן פאר די אלע חסידים וואס נעמען א חלק אין די הוצאות החתונה, און ספעציעל דעזיגנירטע פלעצער פאר די תומכים, וואס לאזן זיך קאסטן למען הצלחת השמחה.

תגובות


bottom of page