top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן צוזאמענפאר דערווארט ביי היסטארישע חתונה פון הכלה היתומה נכדת כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א

עודכן: 26 בפבר׳

מיטוואך פ' תרומה • כ"ח שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


וואס א טאג נענטער עס ווערט צו דער גרויסארטיגער שמחה בבית צדיקים, אלץ פייערליכער און התרגשות'דיגער ווערט די שטימונג ביי חרדי'שע אידן אין אנטווערפּן און ביי די טויזנטער פּשעווארסקער חסידים איבער דער גארער וועלט, וואס קוקן שוין ארויס צו דער געהויבענער חתונה אין פּשעווארסקער הויף, וואס וועט געפּראוועט ווערן בשעטומ"צ קומענדיגן וואך מיטוואך תצוה הבעל"ט, במעמד פון אלפי חסידים ואנשי מעשה. 


עס וועט גיין אונטער דער חופה למזל טוב הכלה החשובה המושלמת בתש"ק דעם רבי'נס אייניקל, נכדתו כבתו, בתו היחידה פונעם רבינס טאכטער מרת בריעף ע"ה, וואס איז טראגיש אוועקגעריסן געווארן אין אן עקסידענט בשנת תשע"א. דער רבי האט דאן אריינגענומען זיין אייניקל די יתומה און איר אויפגעהאדעוועט אלס אייגן קינד און זיך פּערזענליך אפּגעגעבן און געזארגט פאר איר ווי א געטרייער טאטע לכל דבר.


די כלה איז א טאכטער פון הרה"צ רבי נחמן כהנא שליט"א א זון פון כ"ק אדמו"ר מספּינקא בני ברק שליט"א נכד כ"ק אדמו"ר מפּאריסוב זצ"ל, עב"ג החתן נ"י בן הרה"ג רבי יואל יאקאבאוויטש שליט"א ראש ישיבת קראלי אין וויליאמסבורג, א זון פון הרה"ג ר' מרדכי ישעי' יאקאבאוויטש שליט"א מאראד ר"מ בישיבת סאטמאר וויליאמסבורג איידעם פון הרב מרדכי אלימלך שטיין שליט"א זוהן פון הרה"ח הישיש ר' חיים יחזקאל שטיין שליט"א, הויז–בחור ביי מרן הרה"ק מסאטמאר זי"ע.


צו דער גרויסארטיגער רבי'שער חתונה ווערן דערווארט מאסן חסידים פון איבער דער גארער וועלט, וואָס וועלן קומען צו פארן זיין א טייל פון דער געהויבענער שמחה, נאכדעם וואס דער פּשעווארסקער רבי שליט"א האט זיך עטליכע מאל אויסגעדרוקט אז די שמחה איז זיין פּערזענליכע שמחה.


שוין לאַנגע וואכן גייען אן די פיבערהאפטיגע צוגרייטונגען צו די גרויסארטיגע ימי שמחה, מיט די פילע פּראקטישע הכנות אהערצושטעלן די ימי השמחה, ווי ס'פאדערט זיך פאר אזא היסטארישע מאורע בהשתתפות אלפי חסידים, ברוב פאר והדר.


ווי שוין באריכטעט איז ב"ה געלונגען פאַר'ן "ועד החתונה" צו קענען אַהערשטעלן די ריזיגע "אנטווערפּען עקספּאו" פעסטונג, וואס האט צוליב איר פּראקטישקייט, גרויסקייט און שיינקייט, זיך אַרויסגעשטעלט צו זיין דער געאייגנטער מקום מוכשר איינצוקווארטירן די גרויסע שמחת החתונה און ארייננעמען די אלופי אלפי ישראל וועלכע וועלן בעז"ה שטראמען צו זיין א טייל פון דער מלכות'דיגער שמחה בשעה שהצדיקים יושבים ועטרותיהן בראשיהם.


די טויזנטער חסידים קוקן ארויס מיטצוהאלטן די הערליכע שמחה קומענדיגן מיטוואך מהחל ועד כלה; אָנגעהויבן פונעם התעוררות'דיגן מעמד "קבלת פנים" אינעם עקספּאו נאכגעפאלגט פונעם מעמד החופה אויפ'ן גרויסן שטח אינדרויסן פונעם זאל.


עס וועט זיין צוגעגרייט א רייכע משתה וסעודת נישואין כיד המלך פאר כל הקהל הקודש און אלע געסט אינעם גרויסן זאל. אָנהייב סעודת החתונה וועט מען האבן די זכיה צו מקבל זיין דעם גרויסן זיידן כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א וואס וועט באשיינען די שמחה פון אנהייב ביז סוף חתונה. בשעת די ריקודין וועט זיין די געלעגנהייט אריבערצוגיין דעם רבי'ן שליט"א און די מחותנים ווינטשן לחיים און ברכת מזל טוב. נאכ׳ן בענטשן און שבע ברכות וועט מען צוטרעטן צו די ריקודין של מצוה. 


נאך דער שמחת החתונה וועט אי"ה נאכפאלגן א הערליכע קייט פון שמחות שבע ברכות, שבעת ימים במשתה, וואָס וועלן אנטהאלטן הערליכע פּראכטפולע מאורעות של שמחה. דאנערשטאג נאכט, ממחרת החתונה, וועט פארגעקומען אן עלעגאנטע שבע ברכות צוגעשטעלט דורך הרבני הנגיד ר' אליש ענגלאנדער שליט"א פון לאנדאן, מקורב ובעל האכסניא פון אדמור"י בית פשעווארסק לדורותיהם, באזונדערע שבע ברכות'ן וועלן אפגעהאלטן ווערן דורך דעם רבינס שטוב און די צענטראלע קהילה מחזיקי הדת אין אנטווערפען, לכבודו פונעם בעל שמחה דער רבי שליט"א וואס שטייט אין שפיץ פון אלע רוחניותדיגע אנגעלעגנהייטן אין די שטאטישע קהילה.


דער הויכפּונקט פון דער שמחה וועט אי"ה זיין דער "שבת שבע ברכות" בצל הקודש, וואו דער געהויבענער בעל שמחה דער רבי שליט"א וועט בעז"ה אפּרעכטן דעם גאנצן שבת מבואו ועד צאתו, במקהלות עם רב ביי די געהויבענע תפלות, טישן וכדו'. צוליב די פילצאליגע געסט וואס וועלן פארבלייבן אויף די שבת של שמחה, וועט מען דאווענען די אלע תפילות אינעם גרויסן שאטער בחצר אולם בית רחל, די סעודת שבת און שלחן הטהור וועלן פארקומען אין די זאלן פון בית רחל.

מאנטאג כי תשא וועט פארקומען די שבע ברכות רבתי צוגעשטעלט דורך קהל פשעווארסק, לכבוד די שמחה בחצר הקודש, וואו עס וועט צווישן אנדערע באשיינען די שמחה דער אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מדושינסקיא שליט"א וואס וועט ספעציעל קומען צו פארן פון לאנדאן וואו דער רבי מאכט חתונה אן אייניקל די קומענדיגע וואך. אויפן איינליידענונג פון די פשעווארסקע קהילה וועט דער דושינסקיא רבי שליט"א אויפטרעטן מיטן צענטראלע דרשה ביי די שמחת השבע ברכות.


דאס גאנצע חרדי'שע אנטווערפּן און ערליכע אידן פון אומעטום, ספּעציעל חסידי פּשעווארסק פון איבעראל, קוקן שוין ארויס אויף דער געהויבענער שמחה בבית צדיקים בהשתתפות מאסן חסידים פון איבעראל, וואס וועט זיכער לאזן הויפנס השפעות וכל מילי דמיטב לכל בית ישראל. 


Comments


bottom of page