מיטוואך פ' כי תבוא - י"ג אלול תשפ"ג | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
א מחזה נורא הוד האט זיך אפגעשפילט נעכטן דינסטאג ביים התרגשות'דיגע מעמד תפילת רבים דורך כ''ק האדמו''ר מצאנז קלויזענבורג שליט''א ביים ציון הק' פון אביו הרה''ק בעל 'שפע חיים' מצאנז קלויזענבורג זי''ע אינעם בית החיים אין שיכון ותיקין אין נתניה, נאך א צייט אפשניט פון קרוב צו צען יאר וואס דער רבי איז נישט געווען ביים ציון הק', וואו די רבי שליט''א האט אינאיינעם מיט קהל עדת צאן מרעיתו פון ארץ ישראל ומחוצה לה מתפלל געוועהן לישועת הכלל והפרט.
א שאטער איז אויפגעשטעלט געווארן ביים אהל הק' וואו א גרויסער ציבור האט מיגעהאלטן די מעמד התפילה דורך א לייוו הוקאפ, צוליב מאנגל אין פלאץ אינעם אהל הק', מיט עיר קאנדישן מאשינען און לייכטע געטראנקען, זיך צו דערכאפן דאס הארץ. א באזונדערע שאטער איז אויפגעשטעלט געווארן פאר די נשים צו קענען מיטהאלטן די תפילת רבים.
מיט גרויס התעוררות איז די רבי שליט''א צוגעטראטן צום ציון הק'. די רבי האט אנגעצינדן דער נר תמיד אין מיט א הימל-שפאלטנדע קול תפלה פארגעזאגט די מזמורי תהלים בדמעות שליש די ערשטע דריי און צוואנציג קאפיטלעך, וואס האט געדויערט אנדער האלבן שעה, און דערביי מיטגעריסן מיט זיך כל קהלא קדישא.
דאן האט די רבי שופך שיח געוועהן אויפן ציון הק' א משך זמן מיט גרויס בכיות, אין דערנאך אנגעהויבן ליינען די קוויטלעך וואס האט זיך פארצויגן קרוב צו דריי שעה בלבת אש קודש ובדביקות עילאה. נאכן פארענדיגן די עבודת הקודש וואו די רבי האט געליינט יעדן קוויטל באזונדער אין דאן פארברענט די קוויטלעך.
דערנאך איז די רבי צוגעגאנגען צום ציון פון אמו הרבנית ע''ה צום ערשטן מאל זינט די פטירה בשנת תש''פ, וואו די רבי האט געצינדן ליכט אין מתפלל געוועהן א תפילה חרישת. כחצות הלילה האט די רבי פארלאזט דעם ציון הק' אויפן וועג קיין אתרא קדישא מירון, האבנדיג אויסגעבטן אלס גוט, אין כתיבה וחתימה טובה.
Comments