התרוממות עלאה ביי תלמידי המתיבתא ד'סאטמאר נאך "נסיעה הרוממה" למקומות הקדושים מיט הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א
- לפני 24 שעות
- זמן קריאה 5 דקות
דאנערשטאג פ' שופטים • ל' אב תשפ"ו | בחצרות הקודש

שטייענדיג שוין איבער א וואך זינט די טייערע בחורי חמד, תלמידי המתיבתא "תורה ויראה" דסאטמאר, האבן זיך אומגעקערט פונעם נסיעה הרוממה אין אייראפע, ליגט נאך אלס טיף אין די ביינער דער רישומא קדישא פון די געהויבענע נסיעה, וואס איז אפגעהאלטן געווארן מיט א געהויבנקייט דורך די איבער 150 תלמידים, ברוך ה', אין שפיץ פון די צוות הישיבה, ועל צבאם הגה"צ רבי יעקב בער טייטלבוים שליט"א, אבד"'ק סיגוט, זון פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.
נאך לאנגע וואכן פון הכנות, האט מען זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג מאנטאג עקב מיט א ספעציעלן פליגער, וואו מען האט געלאנדעט אין באניע, פון וואן מען איז ארויסגעפארן קיין עיר האבות, סיגעט.
נאך א טבילה אינעם מקווה אינעם שוהל-הויף, זענען די תלמידים אריין אינעם בית המדרש, מקום שהתפללו בו אבותינו ורבותינו, און מען האט געלערנט די הייליגע ספרים פון די סיגוטער צדיקים כהכנה דרבה. דערנאך האט דער סיגוטער רב שליט"א משמיע געווען פייערדיגע דברי הכנה, און דערנאך איז מען ארויף צום בית החיים צום אוהל הקדוש פון הייליגן "ייטב לב", "קדושת יום טוב", און "עצי חיים" זי"ע, וואו דער רב שליט"א האט מעורר רחמים געווען בדמעות שליש. בתוך דבריו האט ער דערמאנט די געוואלדיגע זכיה שנפלה לו איבערצודרוקן די הייליגע ספרים פונעם הייליגן "ייטב לב", און אראפגעלייגט על ציון קדשו דעם ניי-איבערגעדרוקטן ספר "רב טוב" עה"ת, וואס גייט ערשיינען לאור עולם ביי דער שמחת החתונה בביתו נאוה קומענדיגן ווינטער בשעטומ"צ.
פון סיגוט האט מען ממשיך געווען קיין טשענגער, צום ציון פונעם "מנוחת אשר" זי"ע, וואו הרה"ג רבי משה יחזקאל מייזליש שליט"א, מגדולי עסקני טשענגער, האט נאך אמירת תהילים דערציילט סיפורים פון אפענע ישועות וואס מען זעט עד היום הזה, ובפרט בעניני זיווגים. דערנאך איז מען געפארן קיין קאלוב, צום ציון הקדוש פונעם הייליגן רבי אייזיקל קאלובער זי"ע, וואו דער גאסט הגאון רבי יצחק מאיר שטערנבוך שליט"א האט משמיע געווען א פייערדיגע דרשת התעוררות. נאכן זאגן תהילים האט דער גאנצער ציבור ספאנטאן אנגעהויבן זינגען די הייליגע ניגונים וואס זענען מיוחס צום הייליגן קאלובער, מיט גרויס געגועים צו די גאולה השלימה. דערנאך איז מען ארויסגעפארן אויף לינת לילה אין קערעסטיר.
ויהי ערב ויהי בוקר, האט מען געדאוונט שחרית בביתו נאוה קודש פונעם צדיק רבי ישעיה'לע. פון דארט איז מען געפארן קיין ליסקא, ביים ציון פונעם "אך פרי תבואה" זי"ע, שטייענדיג אינעם מעת-לעת פון דער הילולא קדישא, וואו דער חשובער גאסט פה מפיק מרגליות, הרה"ג ר' יוסף חיים גרינוואלד שליט"א, האט שטארק אנגעווארעמט די הערצער מיט דברים חוצבים כהכנה דרבה. נאך אמירת תהילים בהתעוררות רב, איז פארגעקומען א מסיבת לחיים אינעם נייעם הכנסת אורחים, וואו דער סיגוטער רב שליט"א האט ארומגערעדט איבער דעם קשר פון רבי הערשעלע ליסקער זי"ע מיט די צדיקים לבית איהעל-סיגוט.
דערנאך האט מען זיך ארויסגעלאזט קיין אוהעל, וואו עס האט געהערשט גרויס התעוררות ביים ציון קודש הקדשים פונעם הייליגן "ישמח משה" זי"ע. דער רב שליט"א האט בקול בוכים אויפגעשטרועמט די משתתפים איינצורייסן למען הכלל והפרט, און ספעציעל דערמאנט די תלמידי הישיבות אין ארץ ישראל וואס ראנגלען זיך מיט די גזירת הגיוס.
צוריקקערנדיג קיין קערעסטיר, איז פארגעקומען א סדר הלימוד פון צוויי שעה רצופות אינעם בית מדרש פון רבי ישעיה'לע זי"ע, וואס ווערט איבערגעבויעט פון פריש און איז ספעציעל געעפנט געווארן פאר די תלמידי המתיבתא צו פארענדיגן די בלעטער ש"ס וואס די תלמידים האבן דורכגעלערנט די לעצטע צוויי חדשים לקראת די נסיעה. פאר'ן סדר האט דער רב שליט"א אויפגעטרעטן מיט קורצע ווערטער, ארויסברענגענדיג די געוואלדיגע זכיה צו ענדיגן ש"ס ברוב עם ובצוותא חדא. במשך די צוויי שעה זענען אומצאליגע פרעמדע באזוכער, וואס זענען געקומען קיין קערעסטיר פוקד זיין דעם ציון הקדוש, אריינגעקומען אינעם בית המדרש און געבליבן שטיין געפלעפט פון דעם מחזה הוד, וואו בחורים אינמיטן א געהויבענע נסיעה זיצן, לערנען, און שווימען אינעם ים התלמוד מיט א ריתחא דאורייתא. צווישן די באזוכער האט זיך געציילט כ"ק אדמו"ר מתולדות מרדכי וויזניץ שליט"א, וואס האט נאך דעם סדר הלימוד ספעציעל אויפגעטרעטן פאר די תלמידים.
דערנאך האט מען געדאוונט מנחה בהיכל הבית המדרש, און דאן איז מען ארויף צום ציון הקדוש פונעם גרויסן צדיק רבי ישעיה'לע, וואו עס איז פארגעקומען א מעמד תפילת רבים בדמעות שליש. דערנאך איז פארגעקומען דער גרויסער מעמד אדיר סיום הש"ס, וואס איז סערווירט געווארן אויף א מלכות'דיגן פארנעם, כראוי לכבוד התורה ולכבוד לומדיה, אין א ספעציעלן שאטער אין קערעסטיר.
ביותרת הכבוד האט מען געהאט די זכיה מקבל צו זיין פני כ"ק האדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, וואס האט געוויילט בגלילות קערעסטיר אויף אפרו. הערנדיג איבער דעם געוואלדיגן מעמד כבוד התורה, האט דער רבי אויסגעדריקט רצון קדשו צו פערזענליך מיטהאלטן דעם מעמד, און דער רבי שליט"א איז אנטפאנגען געווארן בשירה וזמרה. בנוכחותו פונעם רבי'ן שליט"א האט דער רב שליט"א געמאכט דעם הדרן וסיום הש"ס, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודים של שמחה. דאן האט דער רבי שליט"א געמאכט א לחיים און משמיע געווען מברכותיו הטהורים, ארומרעדנדיג איבער דעם כוח פון לימוד התורה ברבים. דאן האט דער כהן הגדול מאחיו א לענגערע צייט מאציל געווען מברכותיו און אנגעוואונטשן די תלמידים מיט גוטע שידוכים וברכות לרוב.
דערנאך האט מען געהערט דעם משא המעמד דורכ'ן רב שליט"א, וואס האט בתוך דבריו אנאנסירט די געוואלדיגע בשורה איבער דעם שידוכים-באנוס, נדבת לבו פונעם בריח התיכון פון דער מתיבתא, הנגיד המפואר רבי ליפא פרידמאן הי"ו. עס איז שוין געווען כחצות הלילה ווען מען האט געבענטשט, און דער רב שליט"א האט פארטיילט א שיינע מזכרת: די נייע אויפלאגע פונעם בארימטן "זמירות דברי יואל - מהדורת פריעדמאן", הערליך געבונדן אין לעדער, וואס דער חשוב'ער נדבן ובריח התיכון רבי ליפא הי"ו האט ספעציעל געשיקט צום מעמד צו פארטיילן פאר אלע תלמידים.
דעם דריטן טאג האט מען געמאכט דעם דריי-שטונדיגן וועג קיין צאנז. נאך מנחה אינעם שטאטישן בית הכנסת, איז מען ארויף צום בית החיים צום ציון פונעם הייליגן "דברי חיים" זי"ע און בנו רבי מאיר נתן זצ"ל ביומא דהילולא דיליה, וואו דער רב שליט"א האט משמיע געווען הארץ-רייסנדע דברי כיבושין.
נאך א רייכן מיטאג סערווירט אינעם שאטער אויפ'ן שטח לאנדא, נדבת לבו פונעם סאטמארער מאגנאט ובעל צדקה רבי יואל לאנדא שליט"א, מגדולי תומכי המתיבתא, האט מען זיך ארויסגעלאזט פאר א קורצן אפשטעל אין בריגל, מקום מנוחת קדשו פונעם הייליגן "אריה דבי עילאי" זי"ע, און פון דארט קיין סאקאלאוו צום ציון פון רבי אלימלך מרודניק זי"ע און בנו הרה"ק רבי אלעזר ריישער זי"ע. דערנאך קיין שינאווא, לאנצהוט, און דינוב, וואו מען האט געדאוונט שחרית, און דערנאך קיין רימינוב. שפעטער האט מען זיך צוריקגעקערט קיין דינוב, זיך צוגרייטנדיג צום הייליגן שבת קודש במחיצתו פונעם הייליגן "בני יששכר" זי"ע, וואו די שבת איז אפגעראכטן געווארן אויף גאר א געהויבענע פארנעם מבואו ועד צאתו.
מוצאי שבת, כחצות הלילה, איז מען ארויף מתפלל זיין ביים ציון הקדוש אין דינוב, און דערנאך איז פארגעקומען א רייכע מלוה מלכה ביז די פארטאגס שטונדן.
זונטאג איז מען געפארן קיין ליזענסק צום ציון קודש הקדשים פונעם הייליגן רבי'ן רבי אלימלך זי"ע, וואו מען האט פאר צוויי מיט א האלב שעה איינגעריסן, אויסזאגנדיג גאנץ ספר תהלים בהשתפכות הנפש. אין ליזענסק האט מען זיך געזעגענט מיט'ן רב שליט"א וואס איז היימגעפארן צוריק קיין אמעריקע, וואו דער רב שליט"א האט ווארים אנגעוואונטשן מ'זאל האבן געפועל'ט און ווייטער פועל'ן אלעס גוטס. דערנאך האט מען ממשיך געווען צו די ארומיגע מקומות הקדושים, און זיך דערנאך צוריקגעקערט אהיים, זייענדיג בטוח אז מען האט געפועלט אלעס גוטס.





























































תגובות