שטאט ביתר לעבט מיט שעות של קורת רוח בצל הגה"צ רי"מ שעכטער ביי התאספות רבתי לכבוד הילולת רבי נתן מברסלב זי"ע
- בחצרות הקודש

- 12 בינו׳
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' שמות • י"ב טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

פילע הונדערטער אידן חסידים ואנשי מעשה און די קהילות הקודש דחסידי ברסלב אין ביתר האבן זיך דעם ליל שישי פארזאמלט אין די גרויסע ברסלבער ביהמ"ד 'כולל חצות' וואו מען האט די זכיה געהאט לקבל פני קדשו פונעם פאר הדור הגה''צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט''א וועלכע איז אין א ערשטמליגע שריט אנגעקומען קיין ביתר פראווענען די הילולא רבתי פון הרה"ק רבי נתן מברסלב זי"ע אין עיר התורה וחסידות ביתר.
די הויעך שטאקיגע פארענטשעס אינעם היכל זענען בליץ שנעל איבערגעפילט געווארן עד אפס מקום. די מעמד האט זיך אנגעהויבן מיט ווארימע ניגונים נאכגעפאלגט מיט א דרשה נלהבה דורך המשפיע הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב, און קורצע דברי ברכה איז געהערט געווארן פונעם מרא דאתרא הגה"צ רבי חיים ווייס שליט"א גאב"ד ביתר. מיט פרייליכע געמיטער האט מען דאן ענפאנגען פני קדשו פון הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א ביים ערשיינען צום מעמד לקול תרועת הזמר, די ריקודין האבן אנגעהאלטן א לענגערע וויילע בהתרוממות עילאה.
א שיינע דרשה לכבוד היום איז דאן געהערט געווארן מפי המשפיע הרה"ג ר' נתן ליבערמענש שליט"א מרבני ק"ק ברסלב. דערנאך האט איינע פון די רבני הקהילה אין ביתר ארויסגעברענגט די גרויסע זכיה וואס איז געפאלן בגורלם פון דער שטאט ביתר און דערביי פארבעטן פונעם רב שליט"א איבערצוגעבן מנועם אמרותיו לכבוד העם הנאספים, א שטילקייט האט געהערשט ווען הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א האט משמיע געוועהן דברי תורה וברכה, בגודל מעלת יומא דהילולא זייענדיג דערביי מעלה זכרונו הטהור פונעם גרויסן צדיק דער בעל ההילולא, און מסיים געוועהן מיט ברכותיו הטהורות לכל הקהל הקודש, ויענו כל העם אמן.
דער מעמד איז געשלאסן געווארן מיט ריקודי קודש אין א הייליגע אטמאספערע בעת הרה''צ רבי יעקב מאיר שליט"א איז מעודד די ניגונים בעוז ותעצומות.





















תגובות