top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וחסידים ברנה יגילו • חסידי גור פרייען זיך מיט ביי חתונה פון נכדת כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א‎‎

מיטוואך פ' בהעלתך - י"ח סיון תשפ"ג | קול בחצרות


א געשאצטער 10 טויזנט חסידי גור האבן זיך היינט מיטגעפריידט ביי די חתונה הגדולה פון אן אייניקל ביי רבם ומאורם כ''ק אדמו"ר מגור שליט''א וואס איז פארגעקומען אין גרויסן גערער ביהמ''ד אין ירושלים.

די שמחה האט זיך אנגעהויבן שוין צוויי אזייגער נאכמיטאג מיטן קינדער טיש וואס איז איינגעפירט אין גער, די רבי ערשינען אין גרויסן בית מדרש ווי עס זענען געוועהן פארזאמלט די טויזנטער תשב''ר ילדי החסידות, מהאט געזינגען ניגוני התעוררות אין דערנאך האט איינער פון די קינדער געזינגען גראמען, נאך די קינדער טיש איז פארגעקומען די מעמד קריאת התנאים ווי הגה"צ רבי חיים יצחק אייזיק לנדא גאב"ד בני ברק איז מכובד געווארן ליינען די תנאים. פון דארט איז די רבי אריבער צו די מעמד קבלת פנים געאייגענט פאר די בחורים, נאך די ניגונים און גראמען האט די רבי פארטיילט לחיים פאר די בחורים און איינער פון די עלטערע בחורים פון קיבוץ האט איבערגעגעבן פארן רבין א קוויטל מיט די נעמען פון אלע עלטערע בחורים וואס ווארטן געהאלפן צו ווערן מיט זיווגים. נאכן קבלת פנים אום פיר אזייגער איז דער גאנצער ציבור ארויס צו די חופה ברחובה של עיר, מען האט געזינגען ניגוני התעוררות, די סדר הכיבודים איז געווען ווי פאלגענד: מיט סידור קידושין איז מכובד געווארן די זיידע כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א, קריאת הכתובה די געוועזענער רב הראשי הגאון רבי ישראל מאיר לאו, די ברכות זענען צוטיילט געווארן צווישן האדמורי"ם ממודזיץ און אלכסנדר די ראשון לציון הגאון רבי יצחק יוסף, הגאון הגדול רבי יצחק זילברשטיין רב שכונת רמת אלחנן, ברכה אחריתא כ"ק אדמו"ר מבאיאן שליט"א, נאכן חופה האט מען זיך ארויסגעלאזט אין א מחול לצדיקים ביים חופה האט זיך אויך באטייליגט כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א. נאך די מעמד החופה איז די רבי אריין אין א זייטיגע שטוב צו א מסיבת לחיים אינעיינעם מיט די חשובע אורחים האדמו''רים ורבנים שליט''א. דאן זענען די חסידים א דורך וואונטשן מזל טוב, ווי צום ערשטן מאל זענען ערלויבט געווארן א דורכצוגיין נאר די בני המשפחה, און אייניקלעך פון הרה"ק בעל 'אמרי אמת' מגור און די געסט פון אויסלאנד און אלע חסידים וואס האבן נישט געקענט פארבלייבן צום סעודת החתונה. נאך א קארצע הפסקה איז די רבי ערשינען צו די סעודת החתונה, און אנטפאנגען געווארן לקול תרועת השמחה במקהלות אלופי אלפי החסידים, ביים לחיים האט די רבי פארטיילט לחיים פאר אלע דיינים און יושבים על מדין דחסידי גור, און דאן האט דער גבאי הרב איטשע מאיר טאומאן אויסגערופן דרשה געשאנק די טויזנטער בלעטער גמרא מזומנים וואס זענען געלערנט געווארן אין אלע שטיבלעך ישיבות מתיבתות און חדרים דחסידי גור איבער די וועלט, און הרב אברהם נחום לעוו האט אויפגעטרויטן מיט דברי חרוזין לכבוד די שמחה, די רבי האט געבענטשט על הכוס און געזאגט די שבע ברכות כנהוג. מהאט פארענדיגט די חתונה אום 11:00 און די רבי איז אריין אין א זייטיגער שטוב צום מצווה טאנץ אויף א פריוואטער פארנעם בלויז מיט די בני המשפחה אין דער צייט וואס דער חסידים האבן ממשיך געוועהן די ריקודים אין גרויסן ביהמ''ד. בראש המסובים ביי דער שמחת החתונה האבן זיך אנגעזעהן צווישן אנדערע האדמורי"ם מסערט וויזניץ, און וויזניץ פון מרכז, הגאון הגדול רבי ברוך מרדכי אזרחי ראש ישיבת עטרת ישראל, האדמו"ר הרה"צ ר' ישועה ורחמים אבוחצירא, הגאון רבי יעקב מאיר שטערן חבר בד"ץ וויזניץ, הגאון רבי נפתלי נוסבוים ראש ישיבת חיי משה, הגאון רבי מסעוד בן שמעון די ספרדישע רב פון בני ברק, הגאון ר' ברוך וויייסבעקער ראש ישיבת בית מתתיהו, דער פוסק הגאון ר' עמרם פריד און נאך.


























































































bottom of page