top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הבית הגדול והחדש: חסידי וויזניץ אלעד פייערליך מחנך "ביהמ"ד ישועות משה" נאך שבת מרומם בראשות האד' מוויזניץ

דינסטאג חיי שרה • י"ח חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר‎

 

אשרי עין ראתה זאת בשמחת קהלינו, מזמור שיר חנוכת הבית. תושבי אלעד בכלל און חסידי וויזניץ בפרט זענען נאך אונטער די רישומא קדישא פונעם שבת נועם הנשמות און נאכפאלגנדע חגיגה אדירה ומפוארה "חנוכת הבית" צום נייעם פרעכטיגן מגדל עוז, דער נייער ביהמ"ד הגדול "ישועות משה וויזניץ" וואס איז נתחנך געווארן דעם פארלאפענעם זונטאג אווענט במעמד אלפי ישראל, בראשות כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, צומארגנס פונעם שבת מרומם וואס דער רבי האט מעריך געווען אינעם ביהמ"ד החדש, ספעציעל פאר חסידי וויזניץ תושבי העיר.


דער ביהמ"ד איז אויפגעבויט געווארן מיט אן אויגפארכאפנדע פרעכטיגע ארכיטעקט, מוסטערהאפטיג נאכגעמאכט בתבניתם פון די בתי מדרשים עתיקים פון צדיקי ואדמור"י בית וויזניץ לדורותם.


די עקסטאזליכע מאורעות האט זיך אנגעהויבן פרייטאג נאכמיטאג ביים מעמד "קביעת מזוזה" ווען דער רבי שליט"א איז ערשינען אינעם ביהמ"ד החדש, און קובע געווען א מזוזה בשערי בית המדרש. דערביי האט זיך אויך משתתף געווען דער געוועזענער ראש העיר אלעד הרב ישראל פרוש. נאך א התלהבות'דיגע מנחה ברוב עם הדרת מלך, האט דער רבי משמיע געווען לענגערע שיחת קודש, און דערביי אויסגעדרוקט א דאנק פאר הרב ישראל פרוש וועלכער איז געשטאנען צוהילף במשך דעם פראיעקט.


די טיש פרייטאג צונאכטס האט זיך פארצויגן פאר גאנצע זעקס שעה, מיט עטליכע דברות קודש פונעם רבי'ן וועלכער האט מרחיב געווען בדברי הדרכה ווי אזוי דער ביהמ"ד דארף זיין אוועקגעשטעלט לתורה ועבודה, ווי עס פאסט זיך פאר'ן הייליגן נאמען "ישועות משה". באזונדער האט דער רבי מרחיב געווען איבער די יסודות איתנים פון די שיטה הקדושה, וואס איז מחייב יעדן וויזניצער חסיד. דער טיש איז פארענדיגט געווארן ארום 4 אזייגער פארטאגס, און דער רבי האט אויסגעדרוקט התרגשות זעענדיג ווי אפילו קליינע קינדערלעך שטייען אזויפיל שעות אויף די פיס און האלטן מיט די טיש מיט דרך ארץ.


שבת צופרי ביים דאווענען האט דער רבי באפוילן צו זינגען ביי "תתברך" מיט'ן נוסח ימים נוראים. די מיטאג טיש האט זיך פארצויגן עטליכע שעה ביז שוין נאך די שקיעה, מ'האט דאן ביי די שקיעה געמאכט א הפסקה, געבענטשט, און זיך דאן ווידער געוואשן צו שלש סעודות, און דאן איז געווען נאך א הפסקה, ווען נאך א קורצע וויילע איז דער רבי ערשינען צו רעוא דרעוין וואס האט זיך פארצויגן א לענגערע צייט מיט התעוררות עצומה און ניגונים ימים נוראים. הבדלה איז געווען שוין נאך איינס אזייגער ביינאכט.


ארום צוויי אזייגער באנאכט איז דער רבי אריינגעקומען צו מלוה מלכה, געווידמעט ספעציעל פאר די אברכי הקהלה וועלכע האבן תורם געווען גרעסערע סכומים פאר'ן ביהמ"ד החדש.


זונטאג נאכמיטאג איז אפגעהאלטן געווארן די צענטראלע חנוכת הבית פאר כלל חסידי וויזניץ און תושבי העיר. צוערשט איז דער רבי ערשינען אין ביהמ"ד צו א מעמד קביעת מזוזה. דער ציבור האט מקבל פנים געווען דעם רבי'ן בשירה וזמרה, נאכגעפאלגט מיט ניגוני דביקות. דערנאך האט דער רבי קובע געווען א מזוזה בשערי הבנין, און דאן איז דער ציבור האלפים אריבער צום פרעכטיגן שטאטישן "אודיטאריום" סמוך ונראה צום ביהמ"ד, וואו דער מעמד איז אפגעראכטן געווארן אויף א גייסטרייכן און מלכות'דיגן פארנעם.


דורכאויס דעם מעמד האבן זיך באטייליגט אלע אדמורי"ם ורבני העיר און ראשי ישיבות, עסקני ופרנסי העיר, דער ראש העיר הרב יהודה בוטבול און זיין געהילפן, און א דעלעגאציע מטעם די קהילות הקודש אין שטאט. דער אשכנזי'ישער רב הראשי פון אלעד, הגאון רבי שלמה זלמן גראסמאן וועלכער האט זיך נישט געקענט באטייליגן פערזענליך, האט אפגעשיקט א מכתב ברכה לכבוד המאורע.


צווישן די געהויבענע מאמענטן איז געווען די השתתפות כבוד פונעם אורח הדגול הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח שליט"א בנו חביבו פונעם רבי'נס שוואגער כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער איז אין א זעלטענע שריט ארויס מגדרו און אויפגעטרעטן אלס נואם הכבוד, לכבוד זקינו דער ישועות משה זי"ע, נאך וועם דער ביהמ"ד ווערט נקראת.


מיט'ן דבר המעמד האט אויפגעטרעטן הרה"ג ר' ישעי' גרינפעלד שליט"א דומ"ץ וויזניץ לאנדאן, אויפוויקלנדיג היסטארישע פרקים בתולדות בית וויזניץ, וואס ברענגט ארויס די שמחה היינט נאכט. דברי ברכה האט מען געהערט פון הגאון ר' ישראל גרינבערגער דומ"ץ וויזניץ אלעד.


אינעם הויכפונקט האט מען זוכה געווען צו הערן דברי אלקים חיים פונעם רבי'ן שליט"א, וועלכער האט במשך א לענגערע שעה מרחיב געווען בפרשת גדולת אביו דער הייליגער ישועות משה, און מיט טיפע התרגשות ארויסגעברענגט קורת רוחו לטובה פונעם אומפארגעסליכן שבת מרומם מיט די בני הקהלה.


עס איז געווען שוין נאנט צו חצות הלילה ווען דער מעמד איז פארענדיגט געווארן, ווען דער ציבור צוגייט זיך מיט לעכטיגע געפילן נאכ'ן מיטלעבן די געהויבענע ימי אורה בחנוכת בית ה'.























































Comentários


bottom of page