top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענער פייערונג 'מפנינים יקרה' דורך לומדי כולל עיון דחסידי בעלזא מיט זעלטענע השתתפות פון האד' מבעלזא

  • לפני 8 שעות
  • זמן קריאה 2 דקות

דאנערשטאג פ' משפטים • כ''ה שבט | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אנשיל בעק

א געהויבענע שמחה האט נעכטן געהערשט בחצר הקודש בעלזא אין ירושלים עיה"ק, ווען עס איז געפראוועט געווארן דער מעמד אדיר "מפנינים יקרה" לכבודה של תורה, מיט די זעלטענע השתתפות פונעם מנהיג העדה כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, וועלכער איז ספעציעל געקומען באשיינען די חגיגה אינעם גרויסן זאל פון בנין ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא.


טראץ דעם וואס דער רב שליט"א טוט די לעצטע תקופה גאר זעלטן מיטהאלטן די מעמדים אפילו בגבולות ביתו, האט ער באשלאסן פערזענליך צו באשיינען דעם מעמד אויסצודרוקן זיין קורת רוח און נחת דקדושה, פון די הונדערטער אברכים מצוינים, עמלי התורה פונעם רשת "כוללי עיון" דחסידי בעלזא פון אלע שטעט איבער גאנץ ארץ ישראל, וועלכע זענען זיך צונויפגעקומען צו פייערן דעם מעמד הסיום אויף די שווערע מקצועות פון הלכות בשר וחלב ותערובות נאך יארן פון הארעוואניע.


דער זאל איז געווען צוגעגרייט ברוב פאר והדר לכבודה של תורה, ווען ארום די שיין-געדעקטע טישן זענען געזעסן הונדערטער יונגעלייט צורבא מדרבנן, וועלכע האבן זיך מיטגעפרייט בשמחה של תורה.


א ספעציעלע התרגשות האט ארומגענומען דעם ציבור ווען דער רב שליט"א איז ערשינען אין זאל במלוא הודו והדרו. נאכן זינגען ניגוני התעוררות האט דער רב געוואונטשן לחיים פארן גאנצן ציבור, און משמיע געווען דברות קודש, אנהייבנדיג מיט התרגשות אז עס איז פאר אים א גרויסע זכיה זיך צו משתתף צו זיין אין אזא שמחה של מצוה, ספעציעל אין א צייט וואס עס בוזשעווען ביטערע גזירות און רדיפות אויף לומדי תורה, כידוע לכל.


דער רב שליט"א האט ארויסגעהויבן דעם שטארקן היכר וואס מען דערקענט אויף די אינגעלייט וואס זיצן און לערנען מיט מסירות נפש, און הארעווען צו פארשטיין נאך א שטיקל שולחן ערוך און נאך א שטיקל גמרא, און ארומגערעדט איבער די מהות פון א בעלזער אינגערמאן, וואס זיין גאנצע התעלות דארף זיין נאר דורך די תורה הקדושה, און אז דאס איז דער איינציגער תכלית הבריאה.


בתוך הדברים האט דער רב שליט"א זיך אויסגעדרוקט בלשון קדשו אז הלוואי ער זאל ווען אליין האבן א חלק אין די לימוד התורה פון די חשובע אינגעלייט, און האט מסיים געווען מיט פיל ברכות פאר אלע לומדים זיי זאלן זוכה זיין צו שטייגן מעלה מעלה, ללמוד וללמד לשמור ולעשות, און זען פיל נחת ביי זייערע קינדער און אייניקלעך, מיט אלע גוטע השפעות און הצלחה אין אלע ענינים.


דערנאך האט מען געהערט א פייערדיגע דרשה פון הרה"ג ר' אברהם סאפרין שליט"א, אן אייניקל פונעם רב שליט"א, וועלכער האט ארויסגעברענגט אז אט די הונדערטער אברכים יושבי אוהל האבן געברענגט די פאסיגסטע מנחת ביכורים פארן רב שליט"א וואס דאס אלעס איז מכוחו און דער כח פון די פריערדיגע רבי'ס נבג"מ.


צום שלוס האט מען זיך ארויסגעלאזט אין ריקודין נלהבים, ווען דער גאנצער זאל האט זיך געהויבן טפחיים מעל הקרקע. עס איז געווען א מחזה הוד צו זען דעם רב שליט"א ביים מיטהאלטן די ריקודים מיט א געוואלדיגע חיות, אנגעכאפט פון איין זייט אין הגה"צ רבי אברהם דירנפעלד שליט"א ראש רשת כוללי עיון וחבר ביד"צ מחזיקי הדת, און פון די אנדערע זייט הגה"צ רבי יעקב גרינוואלד שליט"א ראש כולל עיון אין בני ברק וחבר הביד"צ. די ריקודים האבן אנגעהאלטן קרוב צו א האלבע שעה, ווען די אינגעלייט זענען געטאנצן אויף א רייע ניגוני תורה און די ניגוני ההקפות. דער געהויבענער מעמד האט איבערגעלאזט אן אומפארגעסליכן רושם אויף די עמלי התורה און אויף אלע משתתפים.



bottom of page