top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

רבבות חסידי סאטמאר מיטגעלעבט רגעי הוד ביי סעודת הודאה כ״א כסלו אין ניו יארק סטעיט ארמארי געביידע

דינסטאג פ' וישב • כ"ב כסלו תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אחים לאנטשעווסקי


די פאראייניגטע הערצער כלב אחד פון טויזענטער תלמידי וחסידי סאטמאר זקנים עם נערים קאכן און פלאטערען אונטער דעם רישומא קדישא נאכן מיטלעבן דעם ליל שימורים לבני ישראל ביים צענטראלן סעודת הודאה ושלחן הטהור נעכטן ליל כ״א כסלו, במקהלות רבבות עמך בית ישראל אינעם איבערגעפולטען ניו יארק סטעיט ארמארי געביידע אין קראונהייטס, בראשות הרבנים הגאוה"צ רבני ודייני וחברי הביד"ץ דקהל יטב לב ומנהיגי עדת ישורון ומלכם בראשם כבוד קדושת אדמו"ר מסאטמאר שליט"א.


די געטרייע הנהלת המוסדות האט זיך געלאזט קאסטן ריזיגע געלטער צו קענען אהערשטעלן דעם גיגאנטישן נ.י. .סטעיט ארמארי פעסטונג, וואס זיי האבן באקומען בלויז אויף גענוי 24 שעה, וואס מ׳האט געמוזט זיין ׳אריין און ארויס׳, ווי א מיליטערישע אונטערנעמונג!


די הנהלת המוסדות האָט צו דעם צוועק אנגאזשירט מו״ה יוחנן פליישמאן הי"ו פון די בארימטע YF פראדאקשן וועלכער האט אינאיינעם מיט זיין שטאב אריינגעלייגט גרויסע כוחות דאס צו באווייזן. מיט העכער 100 ארבייטער, וועלכע האבן געארבעט אנגעהויבן מוצש״ק קורצליך נאכ׳ן זמן, ביז זונטאג כחצות הלילה, ווען דער זאל איז שוין געווען אויסגעליידיגט און אויסגעקוקט גענוי ווי 24 שעה פריער!


איינס פון די הויכפונקטן פון די נאכט איז געוויס געווען דער רייכע צוזאמשטעל פון די וועלט בארימטע חסיד׳ישע און ווארעמע מכבדי ה’ מגרונם, אונטער די פירערשאפט פון ראש המשוררים הר״ר יששכר גוטמאן הי״ו, וואס האבן מיט א זעלטענע פאכמאנישקייט אנגעפירט מיט די זמירות שירות ותשבחות.


דער ערשטע שעה איז פארגעקומען דער רייכער "אהודנו" פראגראם געווידמעט בלויז פאר די בחורי חמד און איז געווארן אהערגעשטעלט דורך חבורת חיות דקדושה, וואס האט אינאיינוועגס אויך פארגרינגערט די טראנספארטאציע מאביליזאציע אזוי אז די בחורים זענען געקומען מיט די ערשטע באס שיפמענט און געלאזט די שפעטערע באסעס פאר בעלי בתים ואברכים.


במשך דער אהודנו פראגראם האט מען געהערט די טרעפליכע שאלות ותשובות פאנעל מיט אוד מוצל מאש הרב מיכל שטייף א מיטרייזענדע אויפן טראנספּארט אינאיינעם מיטן בעל הנס הרה''ק מסאטמאר זי''ע און איז געווארן פארגעשטעלט דורך דער ידען נפלא הרה"ח ר' יעקב עקיבא הירש הי"ו.


אזוי אויך האבן די בחורים מיטגעהאלטן מיט געשמאק די ניגוני הודאה פראגראם מיט די רייכע שמועס בקורת ניגוני קודש לדורותיהם דורך די מטיבי נגן ויודעים פּרק בשירה ה"ה הרב מאיר אדלער הי"ו און הרב פנחס ביכלער הי"ו פון די בארימטער מלכות קאפעליע, און איז געווארן באגלייט דורך די ראש המשוררים הרב ר' יששכר גוטמאן הי"ו אינאיינעם מיט הרב ר' שלמה זלמן הורוויץ הי"ו.


צום באשטימטן צייט האבן די עסקנים שטאב אנגעהויבן אויפנעמן דעם ריזן ציבור וועלכע האבן איבערגעפילט דעם ריזן ארמארי פעסטונג, אין שפיץ פון א ריזן לאנגער אויבנאן וואס איז געווען באזעצט מעבר לעבר פון פני העדה רבנים חשובים דיינים וראשי ישיבות יושבי על מדין.


מיט א יראת הכבוד האט דער ציבור האלפים אויסגעהערט די דרשה נפלאה פון הגה"צ אבד"ק סאטמאר ירושלים שליט"א וואס האט מיט א קול רגש ארויסגעברענגט תוקפו של נס וגודל קדושת היוםאין אויסגעפירט מיט שטארקע דיבורים איבער התחזקות באמונה טהורה בפרט אין אזא מצב מלחמה, און דער געואלדיגער כח החיזוק וואס ליגט אין די הייליגע תורות און מען קען זיך אנשעפן מיט ריכטיגע חיות דקדושה אין אלע ענינים.


דערנאך האט מען מקבל געוועהן פני הקודש, די רבי שליט''א איז ערשינען פון עק זאל און דורכשפאצירט דעם גאנצן זאל, אין האט באגריסט בפנים מאירים די אלפים מישראל, און דערנאך ארויף אויפ׳ן אויבנאן וואו די רבי האט אפגעראכטן די ריקודין נלהבים בעת ווען די טויזנטער אידן אויפאמאל הייבן זיך אינאיינעם מיט די חומת אש סביב פון פרחי החסידים אברכים ובחורי חמד טפחיים מעל הקרקע.


די רבי האט זיך געוואשן לכבוד היום מ'האט אויפגעגעבן פיש און געטיילט שיריים דערנאך האט דער רבי געטרינקען און געוואונטשען לחיים דער טאג זאל משפיע זיין פאר יעדעם איינעם בני חיי ומזוני רויחי מיט אלע השפעות.


דער יושב ראש המעמד איז געווען הרב מרדכי יעקב ראזען שליט״א, וואס האט מיט זיין לשון לימודים אנגעפירט דעם מעמד מבואו ועד צאתו. אנהייב פונעם מעמד האט ער מכבד געווען דעם מנכ״ל המוסדות, הרה״ח ר׳ חיים יצחק מאנדעל הי״ו, ארויפצוקומען איבערגעבן אין קורצן דעם דבר הנהלת הישיבה, וואו ר׳ חיים יצחק האט ערקלערט פארוואס די הנהלת הישיבה האט אונטערגענומען די אויסערגעווענליכע שריט פון אויסראפלען אזא הייליגע חפץ דקדושה ווי דער ״כתב דביקות״ פון הרה''ק מסאטמאר זי״ע.


א פרייליכע בשורה טובה האט דער אדמיניסטראטאר געמאלדן, אז מ׳גייט אי״ה העכערן אלע מלמדים די פעיראל אין ליכט פון די גרויסע אינפלאציע וואס הערשט יעצט אויפ׳ן גאס, און דערביי געבעטן דעם ציבור צו העכערן די נדבות מ׳זאל קענען דערהייבן די פרישע מיליאנען אויפ׳ן בודזשעט.


דערנאך האט מען געהערט די הארציגע דרשה פון הרבני החסיד ר׳ מאיר שניטצלער שליט״א, הויז בחור ביי הרה''ק מסאטמאר זי''ע וואס האט געשאנקן דעם היסטארישן כתב דביקות פונעם רבי'ן זי"ע און האט במעמד אלפים געציטירט די השתלשלות הדברים מה שעינו ראו ולא זר בקודש פנימה, וואס דער עולם האט צוגעהערט מיט גרויס אינטערעסע.


בעת דער גאנצער ציבור ווארעמט זיך אייצוהאנדלען א זכות אינעם גורל איז געקומען אן איבעראשענדע מאמענט ווען די רבי שליט''א האט ארויסגענומען דעם סכום הנדרש פון 1,800 דאללער, און זיך אנגערופן אז ער וויל אנטייל נעמען אינעם היסטארישן גורל.


דערנאך האט דער יושב ראש אויסגערופן בשם הנהלת הישיבה א הארציגן ישר כח פאר׳ן גרויסן נדיב הרב ר׳ יואל לאנדא שליט״א, וועלכער האט בייגעשטייערט א סכום נכבד פאר אלע מלמדים און מחנכות פון די מוסדות הק׳, און מ׳האט אים געוואונטשן א מזל טוב במקהלות רבבות לרגל נישואי בתו הכלה שתחי׳ למזל טוב.


א מחזה הוד איז געווען בשעת ווען די הונדערטער מלמדים ומרביצי תורה ויראה פון די מוסדות זענען געווארן ארויפגערופן דורכגיין כבני מרון מקבל זיין דעם מתנה ספר מיטיב הנרות לחנוכה פון כ"ק האדמו''ר מסאטמאר שליט"א כאות הכרת הטוב פאר זייער געוואלדיגער געטרייע און אויסערגעווענליגע עבודת הקודש בין כותלי המוסדות.


דערנאך האט מען געהאט די זכי' צו הערן דער משא הקודש ודברי אלקים חיים מפום ממלין רברבין, די רבי שליט''א וואס האט קרוב צו א שעה ארומגערעדט יסודות און אונזער עבודה בחובת האדם בעולמו בדרך נלך והמעשה אשר יעשון, צוערשט האט די רבי גערעדט דברי דרוש ואגדה איבער די כח וואס מען האט פון יעקב אבינו פון גיין בעקבי הצאן און די כח פון ישראל כי שרית עם אלקים ועם אנשים און אזוי קענען מיר זיך שלאגן אין אלע דורות מיט די נסיונות הדור.


דער רבי האט ממשיך געווען מדברות קדשו בגודל קדושת היום ותקפו של נס - בשבח המוסדות - הרחבת גבולי הקודש בפרט ביי די ישיבה קטנות אין נאך.


מיט א קול אדיר האט די רבי שליט"א זיך באצויגן צום שוועבענדע סכנה רוחני איבער די ביטערע גזירת החינות אין ניו יארק און געזאגט אז מיר כאפן זיך אן באומנות יעקב אבינו לדורן לתפלה ולמלחמה מען פרובירט אויף אלע פראנטן אבער דער העכסטער דארף זיין דער לתפלה און מען דארף מתפלל זיין אן אויפהער אויף דעם גזירה הנוראה און מאכן די ריכטיגע התבוננות בשל מי הרעה הזאת און מתקן זיין די ננושא פון חינוך הבנים והבנות ביי זיך אין שטוב אויפן העכסטן פארנעם ווואס שייך.

די רבי האט גאר שטארק מתריע געווען איבער די שעדליכקייט פון די כלים טמאים – די הארבקייט פון נישט היימישע ליין מאטריאל און האטליינס פון גוישע נייעס – אזוי אויך איבער קדושת הבית וצניעות בנות ישראל און איבער די לאנגע שייטלעך - איבער מותרות און נידריקייט ביי חתונות די רבי האט גערעדט מיט ווייטאג איבער די התגשמות אויך ביי בגדי אנשים, און ביי די אינגלעך אין חדר וואס וועט בקרוב ווערן איינגעפירט שטרענגע תקנות איבער דעם נושא.


בבחינת עשה טוב האט די רבי שטארק מעורר געווען איבער ארייברענגען ווארעמקייט אין די שבתים וימים טובים וואס הייבט די קינדער און בויעט אויף זייער ערליכקייט און זייער אידישקייט צו קענען שטייגן בתורה ויראת שמים.


מיט שארפע דברי מחאה האט דער רבי ארויסגעברענגט איבער געוויסע מתחדשים אין די נושא פון דרך הלימוד ביי די תלמוד תורה קינדער וואס איז אינטקעגן די הוראות פון רבותינו הק' מדור הקודם און ציטירט די ווערטער פון ספה"ק ויואל משה און א מכתב קודש פון הרה"ק מציעשנוב זי"ע איבער אט די האקעלע ענין פון משנה זיין די יסודות.


די רבי האט שטארק מעורר געווען אז מ׳זאל נישט פארגעסן פון די הייליגע מוסדות בעיר ה׳, די החזקת המוסדות עטה”ק, און במיוחד די מפעלים קרן הצלה און שקל הטהור – מפעל הק' אחיעזר וואס טוען אונטערהאלטן דעם חינוך הטהור.


נאך די דברות קודש האט די רבי שליט''א צוגעענדיגט מיט ווארעמע דברי הכנה איבער די השפעות הקדושה לקראת יו"ט חנוכה הממשמש ובא, און מסיים געווען מיט הייליגע ברכות לכל הקהל הקודש. מיט דביקות און התרוממות האבן זיך די טויזענטער חסידים ואנשי מעשה אניאיינעם ארויסגעלאזט אין פייערדיגע ריקודין וואס האט אנגעהאלטן פאר לאנגע מינוטן בהתלהבות אש קודש.


נאכן בענטשן האט די רבי געזאגט שבע ברכות פאר 6 חתנים תלמידי הישיבה, און דערנאך פארטיילט א לענגערע צייט כוס של ברכה פאר די חשובע עסקנים וואס האבן אריינגעלייגט אזויפיל כח און מח להצלחת המעמד. דער רבי האט דאן אפגעראכטן א רקידה מיט די חתנים און דערנאך האט מען ארויסבאגלייט דעם רבי'ן בשירה ובזמרה. ארויסגייענדיג האט זיך דער רבי אפגעשטעלט ביי די עסקני המעמד און ביי די משוררים און זיך באדאנקט פאר אלע עוסקים ומסייעים וואס האבן צוגעהאלפן פאר די הצלחה הנפלאה פון דעם מעמד ההוד.


דערנאך זענען די טויזענטער בחורים פארבליבן אין זאל טאנצן כאיש אחד בלב אחד, אזוי ווי איינגעפירט אלע יארן נאך מימות הרה''ק מסאטמאר זי״ע אז די תלמידי הישיבות רעכטן אפ פייערליכע ריקודין להודות ולהלל על הנסים ועל הנפלאות, און דאן איז מען זיך צעגאנגען אונטער די רישומא קדישא.