top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

אסיפת רבנים בביתו נאוה קודש פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע לטובת מוסד 'רבינו יואל' לעדת הספרדים און בני ברק

דינסטאג פ' פקודי • ב' אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש


בביתו נאוה קודש פון הרה"ק מסאטמאר זי"ע, אויף 500 בעדפארד עוו. אין וויליאמסבורג איז נעכטן מאנטאג פארמיטאג אפגעהאלטן געווארן אן אסיפת רבנים אין שפיץ פון כ"ק האדמו"ר מסאטמאר שליט"א למען קיום העתיד פונעם מוסד 'רבינו יואל' לעדת הספרדים על טהרת הקודש אין שטאט בני ברק, פאר עלטערן מעדת הספרדים וואס זיכן א חינוך אויפן אויסגעטרויטענעם דרך אויף זייער מסורה, אן קיין שום שינוי. די מוסד איז נאך נתייסד געווארן דורך הרה"ק מסאטמאר זי"ע אין ווערט געפירט בהנהלת הגה"צ רבי זלמן לייב פילאפף שליט"א אבד"ק מכלל יופי וחבר בד"ץ דקהל יטב לב ד'סאטמאר.


ביים אסיפה זענען אנוועזנד געווען די רבני ודייני העיר אין דייני קהל יטב לב, דער רבי שליט"א האט דן געווען מיט די רבנים איבער פארשידענע נושאים אין פלענער מרחיב צו זיין די גבולים פון דעם מוסד, נאכן אסיפה האט די רבי ווארעם אנגעוואונטשן פאר הגה״צ ר׳ זלמן לייב פילאפף שליט״א חבר הבד״ץ וואס שטייט בראש המוסד אין איז נושא בעול, און איבערגעלאזט ברכת קדשו פאר די הנהלת המוסד.



































bottom of page