top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קהל קודש רוגשים • אומפארגעסליכער יום טוב שבועות אין סאטמארער הויף | ברייטע דעקונג

דאנערשטאג פ' בהעלותך • י"ד סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין

 

טויזנטער חסידי סאטמאר זענען נאך אינטער די טיפע רושם נאכן מיטלעבן דעם געהוויבענעם יום טוב שבועות בצילא דמהימנותא, ויחן שם ישראל נגד ההר כאיש אחד בלב אחד אריבער א רבבה מישראל כ"י בליעה"ר תחת קורת גג אחד, האבן זוכה געווען מיטצוהאלטן די הייליגע תפילות און טישן בצל הקודש. 


טעג און וואכן לאנג האט געדויערט איינצורישן דעם ביהמ"ד הגדול מיט אירע פינף צוגעלייגטע פליגלען און די גאלאריען אויף אלע זייטן פון ביהמ"ד הגדול, צו פארזיכערן אז דער ביהמ"ד איז אויסגעשטעלט מיט די מאקסימום זיצן וואס נאר שייך צו קענען אקאמאדירן דעם ריזיגן ציבור בליעה"ר.


צווישן די חידושים דאס יאר שבועות איז געווען דער נייער הערליכער 'חופה' וואס איז צוגעשטעלט געווארן פארנט ארום דעם פלאץ פון רבי'ן שליט"א, צוזאמגעשטעלט פון גלאז מיט ליכטיגע אותיות און פסוקים ארומגענומען ארום, און דער הערליכער קרוין העכער די חופּה איז געווען בעיקר באצירט מיט בלומען, כמנהגן של ישראל, וואס האט צוגעגעבן אַ  יום טוב'דיגן חן צום געהויבענעם אטמאספערע אין ביהמ"ד.


ערב יום טוב איז די רבי אריינגעקומען מעוטף בטליתו און צוגעגאנגען צו מנחה, נאך מעריב איז דער ציבור אריבער זאגן גוט יו''ט און די געסט האבן שלום גענומען גאר א לאנגע צייט. דער רבי איז אהיים לביתו נאוה קודש ווי דער רבי האט עוסק געווען אינעם תיקון הלילה כנהוג. שפעטער אויפדערנאכט איז דער רבי אריינגעקומען צום טיש אין בית מדרש הגדול, במשך דעם טיש האט מען געזינגען ניגוני מתיקות ועריבות התורה, בפרט די ניגון והאר עינינו ווי דער רבי האט פארגאסן טייכן טרערן בתפילה לאל חי.


יו"ט אינדערפרי איז צוגעגאנגען צו פסוקי דזמרה הגה"צ רבי משה טייטלבוים דומ"ץ סאטמאר ירושלים, די רבי האט געדאוונט פארן עמוד שחרית און הלל בקול שאגת ארי, ביי אהבה רבה האט מען כנהוג געזינגען דעם ניגון פון הרה"ק רבי ר' הערש מרימינוב זי"ע מיט גרויס התעוררות בשעת דער רבי האט מאריך געווען בבכיות. ביי קריאת התורה האט מען אויסגערופן דעם כהן הרה''ג ר' בערל גלאנץ מבארדיוב, און דער רבי האט פארגעזאגט די אקדמות בקול חוצב להבות אש, און דאן געליינט די קריאה בהתעוררות רב, מוסף האט געדאוונט הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א.


נאכן דאווענען איז דער רבי אריינגעקומען אין ביהמ"ד צום קרעפל טיש אויפן ארון הקודש, דער רבי האט געמאכט קידוש און טועם געווען מזונות פיש און מיליכיגע קרעפלעך, און געטרינקען א קאווע. דאן האט דער רבי אנגעהויבן זאגן דעם פשעטיל בריתחא דאורייתא ובשמחת התורה אין די סוגיא פון דבר שיש לו מתירין. נאכמיטאג נאך מנחה האט זיך דער רבי אראפגעזעצט ביים ארון הקודש, מען האט געזינגען ניגוני יו"ט, דער רבי האט געזאגט תורה און געליינט די תנאים שבין ישראל לאביהם שבשמים.


מה נהדר הי' המראה דעם צווייטן טאג טאג יו"ט שבועות אינדערפרי ווען דאס בית מדרש הגדול איז געווען מלא על כל גדותיו אויף אלע שטאקן און גאלאריען, איבערגעפולט מיט אלפי הלומדים וואס האבן אויסגענוצט דעם ספּעציעלן זמן פון עסק התורה, צוויי שעה נאכאנאנד ביז צום דאווענען. עס איז געווען א מחזה הוד צו זען אזא קאלירפולער ציבור פון זקנים עם נערים, אידן פון יעדן עלטער, עלטערע אידן, בעלי בתים באים בשנים, מיטליעריגע בעלי בתים, אברכים, בחורי חמד, תלמידי ישיבה קטנה און אפילו תלמוד תורה-קינדער פון די עלטערע כתות וואס זענען אלע געקומען מיטהאלטן דעם סדר הלימוד.


אינמיטן דעם סדר הלימוד, איז דער רבי שליט"א ערשינען בהיכל ביהמ"ד הגדול, סיי אויף די אונטערשטע שטאק אינעם היכל התורה, און סיי אויף די אויבערשטע שטאק, וואו דער רבי שליט"א האט מחזק געווען דעם סדר הלימוד, און האט געשעפט תענוג ונחת פון דעם מאַַסיווער קול תורה וואס האט ארויסגעדינערט פון אַַלע ווינקלען. א לענגערע צייט האט דער רבי שליט"א זיך געדרייט צווישן די שורות בענק, ווען אינצווישן ווערט דער רבי שליט"א אפגעשטעלט דורך עטליכע פּרחי החסידים וואס האבן זיך גענומען דעם קוראַַזש, און געפרעגט ביים רבי'ן שליט"א א פשט אין לערנען, אויף וואס דער רבי שליט"א האט מן ההר אל העם, משיב געווען כיד ה' הטוב.


ביי יזכור האבן די עסקנים דאס יאהר מצליח געווען איינצושטעלן א פרישע סדר צוליב די שטארקע געדרענג די פארגאנגענע יארן, בהסכמתו פונעם רבי'ן, ווי עס  איז אויסגעשפרייט געווארן ספעציעלע מחיצות אויף אלע פליגלען און גאלעריען צו פארמיידן סכנות נפשות ווען אזויפיל טויזענטער אידן גייען ארויס אויפאיינמאל, אזוי אז א גרויסער ציבור האט געקענט בלייבן אויפ'ן פּלאַַץ, און מען האָָט נישט געדארפט ארויסגיין צו יזכור.


גלייך נאך מוסף איז אפגעהאלטן געווארן דער שמחת הברית פון אן אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, בן הנולד ביי הרה"ג רבי יואל אשכנזי שליט"א בן חדב"ן הגה"צ רבי העניך אשכנזי רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, וחתן הגה"צ אבדק"ק טשאקאווא זצ"ל. ביים ברית איז דער רבי שליט"א געווען דער סנדק, און ביי קריאת השם דורכ'ן זיידן הגה"צ רב דביהמ"ד אבני צדק שליט"א, האט דער רך הנימול באקומען דעם נאמען "יקותיאל יו"ט" נאכ'ן זיידן הגה"צ אבדק"ק טשאקאווא זצ"ל.


נאכ'ן ברית האט מען געפּראַַוועט א קידושא רבה, ביי וועלכן דער דער רבי שליט"א האט משמיע געווען דברות קודש, משלב צו זיין עניני מתן תורה מיט עניני שמחת ברית מילה. די סעודת ברית איז אפגעראכטן געווארן ביים סעודת יום טוב בביתו נאוה קודש פון רבי'ן שליט"א, ביי וועלכן עס האט זיך געשאפן שיינע שמועסן מעניני החג.


נאך מנחה איז דער רבי ארויף אויפן פלאץ צום נעילת החג טיש, דער רבי האט געוואונטשן לחיים פאר די חברא קדישא, און פארן גאנצן ציבור. דערנאך האט דער רבי געמאכט דעם סיום מסכת בכורות במסגרת חבורת תורתך שעשועי, און געזאגט דעם הדרן, מיט קדיש האט דער רבי מכבד געווען חדב"ן הגה"צ רבי שמעון זאב מייזליש רב דביהמ"ד ישמח משה קרית יואל, און די רבי האט געליינט די כתובה כנהוג. ווי שוין איינגעפירט אין די לעצטע יארן, האט דער רבי שליט"א משמיע געווען די דברות קודש ביי נעילת החג אויף א מיקראפאן,  בערך ביים זמן מוצאי יום טוב, ווען מען האט געהאלטן אינמיטן זינגן די ניגוני החג, האט דער רבי שליט"א געזאגט "ברוך המבדיל" און דאן זיך געגרייט אנצוהייבן די דברות קודש אויפ'ן מיקראפאן, אז מען זאל קענען הערן דעם קול ה' בכח איבער'ן גאנצן ביהמ"ד מיט אלע צוגעלייגטע פליגלען און שטאקן.


 בתוך דבריו האט די רבי ארויסגעברענגט די מחזה הוד מיטצוהאלטן ווי אזויפיל פילצאליגע אידן האבן זיך פארזאמעלט מיטצוהאלטן דעם מעמד עסק התורה, א מעמד וואס האט זיכער געברענגט אז עס איז געווען "עליונים ששו ותחתונים עלזו" עס איז געווען א פרייד אין הימל אז אזויפיל אידן האבן געלערנט, און ותחתונים עלזו, די אידן וואס האבן מיטגעהאלטן דעם סדר האבן געהאט דערפון אזא שמחה, און מסיים געווען בברכות לרוב פאר אלע לומדים. נאכן תורה האט דער רבי זיך אויפגעשטעלט טאנצן אין א פייערליכע טאנץ, און ביים ענדיגן האט דער רבי פארגעזאגט דריי מאל לשנה הבאה בירושלים.


נאך הבדלה איז די רבי ארויסגעקומען פארנט פון ביהמ"ד הגדול צו קידוש לבנה ומעמד ברכות הקודש בשירה וזמרה בתוף ומחול, נאך קידוש לבנה האט מען געזינגן ניגוני שמחה און דער ציבור לאלפים האבן געטאנצן בהתרוממות הנפש, שפּעטער האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש ודברי הדרכה פאר די טויזנטער וואָָס זענען געווען פארזאמעלט אויפ'ן גרויסן באדן פארנט פון ביהמ"ד.


גלייך דערויף האט דער ציבור זיך ארויסגעלזט אין פייערדיגע ריקודין, און עס איז געווען א מחזה הוד, הדרה דלא אפשר למפרט בשפוותא ווי זקנים עם נערים האבן געטאנצן מיט אזא חיות און זיך געהויבן אין די לופטן, ברענגענדיג צום אויסדרוק די געפילן נאך אזא געהויבענעם יום טוב וואס מען האט זוכה געווען מיטצולעבן.







































תגובות


bottom of page