top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

וְעָשִׂיתָ מַעֲקֶה לְגַגֶּךָ: האד' מסאטמאר מקיים געווען מצות מעקה ביי נייעם עקסטענשאן בביתו נאוה קודש

זונטאג פ' תזריע • כ"ח אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש

בילד קרעדיט: י. שטיין


אן אייגנארטיגער מעמד פון קיום מצות מעקה איז אפגעהאלטן געווארן דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א צום נייעם חלק וואס איז צוגעבויט געווארן צו ביתו נאוה קודש אויף צאנז קאורט אין קרית יואל.


די דירה איז געבויט געווארן פאר'ן רבי'ן שוין 40 יאר צוריק, זייענדיג באקאנט אלס געבויט אויף א פשוט'ן אמאליגן שטייגער, אן א לוקסוס און רייכקייט, און אויף דעם אופן שטייט עס גאנצע פערציג יאר, ווען אינצווישן איז דער באנוץ געשטיגן פי כמה, אויסשטייגנדיג אלס תל תלפיות וואו טויזנטער אידן ווענדן זיך אהין און גייען אריין לברך ולהתברך און נהנה צו זיין עצה ותושי', האט מען יעצט אונטערגענומען א ברייטע אונטערנעמונג להוסיף על הקודש, צו אויסשטאפירן מעון הצדיק מיט פרישע צימערן און היכלים און איינריכטונגען.


די רענאוואציע איז דורכגעפירט געווארן מיט א שנעלקייט דורכאויס די עטליכע וואכן וואס דער רבי שליט"א האט געוויילט אין פאלם ספרינגס אויף אפרו.


דער נייער עקסטענשאן נעמט אריין א נייע גרויסע שטוב וואס וועט צוגעבן א דראסטישע הרחבת הדעת פאר די ספעציעלע מאורעות וואס ווערן אפגעראכטן ביים רבי'ן אין שטוב, ספעציעל די "לילי הסדרים", וואס דער רבי פראוועט מיט הונדערטער חתני הישיבה, און ס'איז שוין לאנג צר מהכיל, ווען מ'קען שווערליך אריינשטופן דעם איבערפלוס פון די הונדערטער חתנים בליעה"ר, און וועט שוין אויפ'ן יעצטיגן פסח זיין צום באנוץ.


עס איז צוגעקומען א נייע רחבות'דיגע צוויי-שטאקיגע ספרים שטוב, וואס וועט ערזעצן דעם רבי'נס ביז היינטיגע קליינע ספרים שטוב אינעם פראווע-צימער, א נייע געבויטע סוכה, א נייע גרויסע פראווע-צימער, א פריוואטע מקוה, און נאך וויכטיגע איינריכטונגען וואס פעלט זיך אויס פאר'ן באנוץ פונעם רבי'ן און די בני המשפחה.


אויפ'ן רבי'נס אנווייזונג איז דער פראיעקט דורכגעפירט געווארן אויף א פשטות'דיגן שטייגער, דאס מערסטע פשוט וואס שייך, אן קיין היינטיגע לוקסוס און רייכע אויסשנוצונגען, ווי דער רבי איז כסדר מעורר קעגן דעם היינטיגן רייץ פון טייערע רייכקייט אין די הייזער, וואס איז א גורם אין די ארויפגעשרויפטע דירות פרייזן, און האט אצינד געדינט אלס ביישפיל ווי אזוי א איד דארף וואוינען, ווי עס איז באקאנט האט זיך דער רבי אויסגעדרוקט ווען מ'האט לכתחילה געבויט די דירה מיט פערציג יאר צוריק, ווען מ'האט אים געפרעגט ווי אזוי מ'זאל אהערשטעלט די דירה און וואס מ'זאל אלץ אריינלייגן, אז "ס'זאל זיין פונקט גענוג מ'זאל קענען וואוינען אין דעם פאר זיבעציג יאר"...


אין די לעצטערע וואכן איז דער פראיעקט פארענדיגט געווארן, און לעצטע וואך דאנערשטאג נאכמיטאג איז דער רבי ארויסגעקומען צום נייעם צוגעבויעטן חלק ווי דער רבי האט מקיים געווען מצות מעקה.


דער רבי האט אויפגעהויבן די צוים און עס אראפגעשטעלט אויפ'ן פלאץ און געמאכט א ברכה בשם ומלכות מיט גרויס התרגשות 'אשר קדשנו במצותיו וצונו על עשיית מעקה' און דערנאך געמאכט א ברכת שהחיינו בשם ומלכות, דערנאך האט דער רבי באהאפטן די צוים און בטירחא דגופא אריינגעשרויפט די נעגל און עס באפעסטיגט און דערביי געמאכט דעם בוי מייסטער הרה"ח ר' יצחק בערנאטה פאר א שליח צו פארענדיגן די צוים אינגאנצן, און דער רבי האט אויסגעווארט ביז עס איז פארענדיגט געווארן.

Comments


bottom of page