top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הויפענעס חיזוק ביי סאטמארע חסידים אין ירושלים עיה"ק נָאָך בַאַזוך פון הגה"צ אבד"ק סיגוט שליט"א בשליחות אביו האד' מסאטמאר

  • Bechatzros admin
  • 5 במרץ
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: 6 במרץ

מיטוואך פ' תצוה • ה' אדר תשפ"ה | בחצרות הקודש


די הונדערטער תלמידי וחסידי סאַטמאַר אין ירושלים האָבן דעם זונטאָג מיטגעהאַלטן געהויבענע שעה'ן ביים באַזוך פון הגה"צ רבי חיים צבי טייטלבוים שליט"א אבדק"ק עצי חיים סיגוט וואס איז געקומען בשליחות הקודש פון אביו הגדול כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א לראות את שלום אנשי שלומו אין ירושלים עיה"ק, און זיך אומקוקן אויפ'ן בוי און בליה פון די בניני הקהילה והמוסדות, און אין די זעלבע צייט צו באַשיינען דעם מעמד "הכנסת ספר תורה" פאַר'ן ביהמ"ד הגדול "ברך משה ד'סאַטמאַר" אין ירושלים עיה"ק.


דער סיגוט'ער רב שליט"א איז אָנגעקומען אין ירושלים עיה"ק, זונטאג אין די מיטאָג שעה'ן, וואו ער איז באַלד צוגעפאָרן צום גרויסן באָדן וואו עס ווערט אויפגעשטעלט ניין שטאָקן פאַר'ן גרויסן בנין ביהמ"ד הגדול "ברך משה ד'סאַטמאַר", דער רב שליט"א האָט געהערט אַ דעטאליטירטן באַריכט פון די ראשי הקהילה ומנהלי המוסדות וועלכע האָבן געוויזן די ווייטערדיגע שריט און פאַזעס און ווי דער ריזיגער בוי פּראָיעקט רוקט זיך פאראויס אין פולן שוואונג.


דערנאך איז די רב אנגעקומען אויף אַ באַזוך אין היכל הישיבה קטנה יטב לב ד'סאַטמאַר, וואו ער איז אויפגענומען געוואָרן ביותרת הכבוד דורך די מנהלי וצוות הישיבה, די רב שליט"א האט אויפגעטראָטן מיט אַ שיינע דרשה, און אַרומגערעדט אַ לענגערע צייט מיט דברי התעוררות לקראת ימי הפורים און איבער'ן גרויסקייט פון איבער'חזר'ן די לימודים, דערנאך האט מען געדאוונט א ווארימע תפילת מנחה ברוב עם.


פון דאָרט איז דער רב שליט"א אַריבערגעפאָרן צום שטוב פון הגה"צ רבי יהושע אשר כהנא שליט"א דומ"צ העדה החרדית, וואו עס איז פאָרגעקומען דער מעמד "כתיבת האותיות" פאַר'ן ספר תורה וואָס איז אַריינגעגעבן געוואָרן דורך האברך החשוב הנגיד מו"ה אהרן מאַרמארשטיין הי"ו מחשובי אברכי הקהילה, די רב האט געשריבן די אותיות אין די לעצטע אותיות אין די ספר תורה, און דערנאָך אַרומגערעדט מיט הגה"צ רבי משה טייטלבוים דומ"צ סאַטמאַר ירושלים און הגה"צ רבי יהושע אשר כהנא שליט"א איבער'ן ענין פון כתיבת ס"ת.


נאכן גולל זיין די ספר תורה, האט די רב אינאיינעם מיטן סאטמארער דיין אַרויסגעפירט די ספר תורה לרחובה של עיר, בשעת דער =ציבור האָט זיך משמח געווען בקול רנה ותודה המון חוגג, אינצווישן איז דער חשוב'ער גאַסט דער סיגוט'ער רב שליט"א אָנגעקומען אין הביהמ"ד, וואו ער איז אַרומגעפירט געוואָרן דורכ'ן מנהל המוסדות הרה"ח ר' ישכר יאַקאָב הי"ו, צו זען דעם גרויסן געביידע, וואו עס איז סטאַנציאָנירט די קהילה און דער בנין התלמוד תורה.


קורצליך דערויף האט דער רב שליט"א אַריינגעפירט די ספר תורה אין ביהמ"ד, און אַ לענגערע צייט אפגעראכטן די ריקודין של שמחה, און דערנאך איבערגעגעבן די ספר פאַר'ן דיין שליט"א און די אנדערע רבנים צו טאַנצן מיט די ספר תורה.


נאָכ'ן אַריינלייגן די ספר אין ארון הקודש, האָט דער רב שליט"א פאָרגעזאָגט לדוד מזמור מיט גרויס התעוררות, עס האט נאכגעפאלגט מיט די מסיבת לחיים רבתי, ווי די רב האט אויפגעטרעטן מיט די משא המעמד און מאריך געווען מיט דברי חיזוק שטייענדיג גענוי צוויי יאָר נאָך די שרעקליכע שריפה פון דעם ביהמ"ד און די צוויי הייליגע ספרי תורה, ווען איצט ברענגט מען אַריין אַ נייע ספר תורה וואָס איז אַ נחמה פורתא נאך דעם גרויסן קלאַפּ.


נאכן מאריך זיין אין אַ שיינעם דרוש בענין כתיבת ספר תורה, האָט דער רב שליט"א איבערגעגעבן ברכת קדשו פון אביו דער רבי שליט"א, אַרויסברענגענדיג דעם קשר אמיץ וחזק וואָס דער רבי שליט"א האָט צו די היזיגע קהילה און די הייליגע מוסדות אין ירושלים עיה"ק און האָט מוסיף געוועהן אַז ער וועט צוריק טראָגן אַ פריסת שלום פאַר'ן רבי'ן שליט"א.


דאַן האָט הגה"צ דומ"צ סאַטמאַר ירושלים שליט"א אויפגעטראָטן מיט אַ דרשה וואו ער האָט צום ערשט מקבל פּנים געווען דעם חשוב'ן גאַסט דער רב שליט"א און האָט דאַן אַרומגערעדט איבער'ן חיוב פון שתיקה יפה בשעת התפילה.


נאכן מעמד און תפילת מעריב איז דער רב שליט"א אַריבער אויף אַ מאָלצייט אינאיינעם מיט די ראשי הקהילה און הנהלת המוסדות, וואו מ'האָט איבערגערעדט פאַרשידענע פּלענער אויף ווייטער, ווען דאַן האָט מען זיך געזעגנט מיט'ן רב שליט"א און געוואונטשן אַ ברכת צלחה, צו זיין נסיעה אהיים קיין ניו יארק.


Commenti


bottom of page