מאנטאג פ' וארא • כ' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: יהושע פרוכטר
מיט לעכטיגע געפילן פון נועם קדושת השבת האבן פילע חסידי וויזניץ און תושבי עיר הבירה לאנדאן זוכה געווען מיטצולעבן א פייערדיגער "וויזניצער שבת" בצל הקודש פונעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, וועלכער האט אפגעראכטן דעם שבת אין די גיגאנטישער שאטער געביידע וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אין חצר פון מוסדות יסודי התורה, מיט'ן השתתפות פון א ריזן ציבור וואס האבן געשטראמט במשך דעם שבת מיטצוהאלטן די געהויבענע תפילות און טישן וואס איז געווען איין חטיבה פון התרוממות הנפש בנהירו עילאה.
איבער שבת איז דער רבי איינגעשטאנען ביים קביעותדיגע בעל האכסניא הרה"ח ר' פנחס פוקס הי"ו. פרייטאג צונאכטס ביי קבלת שבת האט מען זוכה געווען צו הערן קולו בקודש פונעם רבי'ן שליט"א ביים יורד זיין לפני התיבה. ביי לכה דודי האט מען געזינגען דעם יו"ט'דיגן לכה דודי, ווען במשך די גאנצע צייט דרייט זיך דער רבי ארום אין גאנצן ביהמ"ד און פלאמט אויף די הערצער בקדושת השבת. נאכ'ן דאווענען איז דער עולם אריבער וואונטשן גוט-שבת, דאראונטער פילע תושבי העיר וועלכע האבן זיך געשלענגלט אין די רייע צו וואונטשן גוט שבת און שלום נעמען פונעם רבי'ן.
בעשה 9:00 איז דער רבי ערשינען צום שלחן הטהור, ווען דער שאטער איז מלא על גדותיו פון דעם מאסן שטראם פון חסידים און תושבי העיר. די טיש האט זיך פארצויגן בשירות ותשבחות לקל חי און די רבי שליט"א האט משמיע געווען דברי אלקים חיים איבער הכנה למצוות, און איבער די יסודות איתנים וואס צדיקי בית וויזניץ האבן אוועקגעשטעלט אינעם שטאט לאנדאן.
מיט די זמירות שבת האט דער רבי מכבד געוועהן די רבנים ביים טיש הגאון רבי יוסף פאדווא ראש הדיינים התאחדות קהילת החרדים, הגה"צ רבי משה מנחם ווייס אבד"ק סאטמאר לאנדאן, האדמורי"ם מביאלא לאנדאן און אלעסק סטאניסלאוו, הגה"צ אבד"ק טשארטקוב לאנדאן, דייני קהילת בעלזא, און דייני קהילת סקווירא.
מיטן בענטשן האט די רבי מכבד געווען חתנו הגדול הרה"צ רבי משה מרדכי כץ שליט"א בנו הגדול פון האדמו"ר מוויען, דער רבי האט זיך אויפגעשטעלט טאנצן און איז - נאך א קורצע הספקה - אריינגעקומען צום "פירות טיש" וואס האט זיך פארצויגן ביז שפעט נאך חצות הלילה, ביים צווייטן טיש האט די רבי מרחיב געווען בדברים חוצבים איבער זיך דערווייטערן פון די גאס, פון שלעכטע חברים, און פון ליצנות און לשון הרע, דערנאך האט די רבי פארגעזינגען קה ריבון. דער טיש האט זיך פארצויגן פאר גאנצע פינעף שעה האט מען אהיים באגלייט דעם רבי'ן שליט"א צום אכסניא בשירה וזמרה.
שבת צופרי האט פארגעדאווענט פסוקי דזמרא דעם רבינס איידעם הרה"צ רבי ברוך האגער בנו הגדול פון האדמו"ר מסערט וויזניץ שליט"א און שחרית האט געדאווענט בנו יחידו הרה"צ רבי חיים מאיר האגער שליט"א, מוסף האט פארגעדאוונט הרה"ח ר' אפרים זלמן בעק הי" פון שווייץ.
שפעטער נאכמיטאג איז דער רבי ערשינען צו מנחה און סעודת רעוא דרעווין, נאך די זמירות האט די רבי פארגעזינגען ועל כן נקווה, און ביי די תורה האט דער רבי ארומגעקאכט איבער'ן ענין פון דינען דעם אייבערשטן במסירות נפש, און בגודל ימי השובבי"ם. צווישן די רבנים וואס האבן מיטגעהאלטן שלש סעודות האט זיך אנגעזעהן הגה"צ רבי ברוך חנא גרינפעלד דומ"ץ באבוב 45 לאנדאן.
נאך מעריב און הבדלה האט די רבי געוונטשן א גוטע וואך פארן גאנצן ציבור, דערנאך איז פארגעקומען די מעמד הבאגלייטן בתופים ובמחולות בכבוד והדר פונעם שאטער ביז צום בית האכסניא, וואו דער רבי איז ארויף אויף א הויעכן פלאטפארמע און מעודד געוועהן די ריקודין, דערנאך האט דער רבי אנגעוונטשן מברכות קדשו פארן גאנצן ציבור נאכן דערהויבענעם שבת און געזעגענט אלע געסט לחיים ולשלום.
































Comments