top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

התרגשות עילאה צווישן חסידי סאטמאר צום "מסע הקודש" פון האד' מסאטמאר קיין ארצינו הקדושה

  • sfbechatzros
  • 3 בנוב׳
  • זמן קריאה 4 דקות

מאנטאג פ' וירא • י''ב חשון תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

אן התרגשות אילעה הערשט צווישן סאטמארע חסידים איבער די וועלט זיך גרייטנדיג צום באפארשטייענדן "מסע הקודש" קיין ארץ ישראל דורך כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, פון וואס דער הויכפונקט וועט זיין דער גרויסער שבת וואס דער רבי שליט"א וועט אפרעכטן אין אתרא קדישא מירון צוזאמען מיט אלפי חסידי סאטמאר, וועלכע גרייטן זיך מיט א הכנה דרבה מיטצוהאלטן דעם הייליגן שבת און די ארומיגע טעג בצל הקודש פון רבי'ן שליט"א.


מיט בלויז געציילטע וואכן פארבליבן ביז צום גרויסן באזוך פון רבי'ן שליט"א אין ארה"ק, ובפרט צום גרויסן שבת אין אתרא קדישא מירון, שטייגט דאס התרגשות און ערווארטונג ביים ציבור עדת חסידי סאטמאר אומעטום, ובפרט צווישן תושבי ארה"ק וועלכע ציילן שוין די וואכן און טעג ביז צום גרויסן טאג ווען די רבי שליט"א וועט לאנדן על אדמת הקודש. 


אין די לעצטע טעג זענען שוין ענדגילטיג באשטימט געווארן די סדרי הימים און דער סדר הביקור פון די טעג וואס דער רבי שליט"א וועט זיך אויפהאלטן אין ארה"ק – פון אנפאנג וואך פרשת תולדות ביז סוף פרשת ויצא, ווען דער רבי שליט"א וועט פארלאזן ארה"ק. דער גאנצער באזוך איז געווידמעט בעיקר פאר די בני ארה"ק – חסידי סאטמאר תושבי ירושלים, בית שמש און בני ברק – וועלכע וועלן במשך די טעג האבן די זכי' און געלעגנהייט ליהנות מאורו הבהיר פון רבי'ן שליט"א במשך די גאנצע צייט.


דער רבי שליט"א וועט אי"ה אנקומען קיין ארה"ק מאנטאג פרשת תולדות מיטאג צייט, און וועט גלייך אנקומען קיין ירושלים עיה"ק, וואו דער רבי שליט"א וועט אי"ה וויילן במשך דעם ערשטן העלפט פונעם מסע הקודש.


מאנטאג און דינסטאג וועט דער רבי שליט"א באזוכן אין די קהילה און המוסדות בעיר ד' שמה, אין די תלמוד תורה און ישיבה קטנה פון די סאטמארער מוסדות אין ירושלים.


ווי אויך וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן א געהויבענער חגיגת הכנסת ספר תורה וואס איז געשריבן געווארן דורך עדת חסידי סאטמאר תושבי ירושלים עיה"ק.


מיטוואך אינדערפרי וועט דער רבי שליט"א צופארן אין באגלייטונג פון הונדערטער חסידים צום “הר הצופים” צו רייסן קריעה כדת וכדין, נאכן זען דעם מקום הקודש.


דערנאך וועט דער רבי שליט"א אריבערפארן קיין בית שמש אויף א באזוך ביים ארטיגן ציבור חסידי סאטמאר, ובפרט צו באזוכן די רעלאטיוו יונגע און בליענדע סאטמארער מוסדות אין די שטאט — די תלמוד תורה און מיידל שולע פון מוסדות יטב לב — וועלכע שטייגן און בליען לשם ולתפארת.


אין בית שמש וועט אי"ה אויך אפגעראכטן ווערן דער מעמד “הכנסת ספר תורה” וואס איז געשריבן געווארן לזכרו הבהיר פון הרה"ק בעל ברך משה מסאטמאר זי"ע.


מיטוואך פארנאכטס וועט דער רבי שליט"א זיך אומקערן קיין ירושלים, ממשיך צו זיין דעם ביקור קודש בקרב עדת חסידי סאטמאר אין די שטאט.


דער הויכפונקט פונעם באזוך אין ירושלים וועט זיין דאנערשטאג אין די נאכמיטאג שטונדן, ווען עס וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן דער גרויסער צענטראלער מעמד “יציקת הקומות” פון דעם נייעם סאטמארער בנין החדש והמפואר וואס בויט זיך לשם ולתפארת בפלטרין של מלך.


דאנערשטאג פארנאכטס וועט דער רבי שליט"א זיך ארויסלאזן אויפן וועג קיין אתרא קדישא מירון לקראת דעם געהויבענעם שבת קודש אור מופלא רום מעלה, צו וועלכן עס איז דערווארטעט א פלייץ פון אלפי חסידי סאטמאר פון איבער דער גארער וועלט.


אלס הכנה צום געהויבענעם שבת וועט פרייטאג פארטאגס אפגעראכטן ווערן דער מעמד התעוררות און בקשת רחמים מיט אמירת תהלים בצוותא ביים מערת הקודש ציון המצויינת פון התנא האלקי רבי שמעון בר יוחאי זי"ע, וואס וועט נאכפאלגן מיט א געהויבענעם תפילת שחרית און אמירת הלל ותפילת מוסף לרגל ר"ח כסלו.


דער גאנצער שבת וועט זיין איין חטיבה פון התרוממות הנפש וחדוה דקדושה, ועוז וחדוה במקומו — אנגעהויבן מיט די פלאמפייערדיגע תפילות במשך דעם שבת, וואס וועלן אפגעראכטן ווערן סמוך ונראה צום הייליגן ציון, און דאן די סעודות השבת קודש מיטן שולחן הטהור בליל שב"ק, ווי אויך דער געהויבענער שלש סעודות בעת רעוא דרעוין, וואס אלעס וועט אפגעראכטן ווערן אין די ספעציעל צוגעשטעלטע גיגאנטישע שאטערס וועלכע וועלן אויפגעשטעלט ווערן צו קענען אקאמאדירן דעם ריזן ציבור חסידי סאטמאר, תושבי ארה"ק צוזאמען מיט די אלפי האורחים פון אלע מקומות.


דער קלימאקס וועט זיין בעז"ה מוצש"ק ווען דער רבי שליט"א וועט אפרעכטן דעם פייערדיגן מעמד הדלקת אש קודש בהתעוררות ודביקות לכבוד התנא האלקי מיט ריקודין עילאין בקול רינה והמון חוגג.


זונטאג ויצא וועט דער רבי שליט"א פארן קיין בני ברק, ווי עס וועט אפגעראכטן ווערן אין צענטער פון שיכון קרית יואל דער גרויסער געהויבענער מעמד חנוכת הבית פונעם בנין האדיר והחדש בית חינוך לבנות — א מעמד וואס אנטשפרעכט צו זיין גאר געהויבן און גייסטרייך.


די נאכפאלגענדע טעג — מאנטאג, דינסטאג און מיטוואך פרשת ויצא לסדר בזמן שהצדיק בעיר הוא הודה הוא זיוה הוא הדרה — וועט דער רבי שליט"א וויילן בקרב עדת חסידי סאטמאר תושבי בני ברק, לחזות בנועם ד' אין די היכלי המוסדות, און באזוכן די תלמוד תורה, ישיבה קטנה, ישיבה גדולה און מיידל שולע.


מאנטאג נאכמיטאג וועט אי"ה אפגעראכטן ווערן דער מעמד הכנסת ספר תורה, וואס איז געשריבן געווארן דורך עדת חסידי סאטמאר תושבי העיר.


צום שלוס פון די געהויבענע ימי ביקור וועט דאנערשטאג פארמיטאג אפגעראכטן ווערן דער מעמד נעילה ופרידה, ביים גרויסן מעמד סיום חצי הש"ס, וואס וועט אי"ה צונויפברענגען דעם ציבור עדת חסידי סאטמאר פון איבער גאנץ ארה"ק, און דערביי פראווען צוזאמען דעם סיום דורך די לומדי חבורת יסודי התורה.


אין די שפעטערע שעות וועט דער רבי שליט"א פארלאזן ארה"ק, איבערלאזנדיג הויפנס מיט רוחניות’דיגע השפעות, אויף וואס יעדער קוקט ארויס מיט אזא שטארקן התרגשות.


ree
ree
ree

תגובות


bottom of page