פרייטאג פ' צו • י"ט אדר ב' תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך אין יהושע פרכטר
מיט אומבאשרייבליכע שמחת התורה האבן טויזנטער חסידי תולדות אהרן געפראוועט נעכטן מיטוואך לסדר "ואת כל העדה הקהל" די גראנדיעזע "סיום חצי ש"ס", אין ראמען פון די חבורה "תורתך שעשועי" שע"י קהלת תולדות אהרן, אין וואס די טויזנטער חסידים זענען אנגעשלאסן, מיטהאלטנדיג דעם טעגליכן עמוד לויט'ן סדר הש"ס, און יעצט נאך 8 יאר אינעם מחזור השני האט מען זוכה געווען צו פארענדיגן האלב ש"ס, וואס באטרעפט דעם מספר עצום פון 20 מסכתות און 1,393 בלעטער גמרא, ואשרי מי שבא לכאן ותלמידם בידם.
די הכנות צום מעמד גייט שוין צוריק עטליכע חדשים, וואס האט זיך אנגעהויבן מיט א רייע כינוסים אין די צענטערן פון חסידי תולדות אהרן אלוועלטליך, לענגאויס ארץ ישראל, און אין אמעריקע און ענגלאנד, מיט די ערשיינונג פון שלוחים מיוחדים פונעם מייסד ונשיא החבורה כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א, ובראשם דער מרומם קרן התורה אין די קהלה, הרה"ג ר' מענדל אייזנער שליט"א, וועלכער איז שוין העכער א חצי יובל יאר אין שפיץ פון די פעולות דורכ'ן מפעל תורתך שעשועי.
ביי די כינוסי הכנה איז געווארן פארגעליינט די מכתב קודש דורכ'ן רבי'ן מיט א קריאה נרגשה ממשיך צו זיין מיט'ן סדר החבורה ביתר שאת אינעם צווייטן האלב ש"ס, און דערביי האבן די חסידים גע'חתמ'ט אויף די "מגילת ספר", געשריבן מיט פארמעט אויף קלף, מיט א פעסטע קבלה ממשיך צו זיין מיט'ן אש התורה, לערנען דעם טעגליכן עמוד און חזר'ן די נעכטיגע. די מגילת ספר, מיט די חתימות פון אלע טויזנטער חסידים, איז געווארן איבערגעגעבן פאר'ן רבי'ן אינעם הויכפונקט פונעם משתה היין טיש ביום הפורים, וואס דער רבי האט איבערגענומען מיט א רגש עצום, ווען ס'איז דבי מלכא בגילופין, וואונטשענדיג הייליגע ברכות מעומק לבו הטהור.
די גרויסע חגיגה פונעם סיום חצי ש"ס איז געווען אלס חטיבה אחת פון שעות של קורת רוח, אנגעהויבן מיט א מעמד נשגב "חציו לה'", א סדר לימוד רבתי פאר'ן גאנצן ציבור לומדי החבורה, וואס האבן זיך מיטוואך נאכמיטאג צונויפגעזאמלט אינעם ביהמ"ד הגדול תולדות אהרן אין ירושלים, אויף א סדר הלימוד ברוב עם הדרת מלך דעם ערשטן עמוד פון מסכת בבא קמא, זייענדיג א מחזה הוד צו זען ווי טויזנטער הוגי תורה זענען מקיים במלוא מובן המלא דעם "לולי תורתך שעשועי את אבדתי בעניי", בעת המלך במסיבו, דער גרויסער נשיא החבורה כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן איז זיך פערזענליך משתתף בעמילות התורה אינעם סדר הלימוד.
נאכ'ן לערנען האט דער רבי משמיע געווען א טיפזיניגע שיעור כללי אויפ'ן ערשטן עמוד אין מסכת בבא קמא, זייענדיג מעורר א חדוותא דשמעתתא ביי די טויזנטער לומדים וואס שפרינגען אונטער פונעם רבי'נס עמקות'דיגע און חריפות'דיגע ביאורים אינעם מהלך הסוגיא. דערנאך האט מען זוכה געווען צו הערן די פייערדיגע דברי חיזוק פון כבוד הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א, נאכגעפאלגט מיט'ן פארזינגען מיט דביקות זיין ניגון וואס ער האט פארפאסט אויף די ווערטער "יומם יצוה ה' חסדו".
נאך מעריב דורכ'ן ציבור האלפים, האט מען זיך ארויסגעלאזט צום מעמד הסיום הגדול, וואס איז אפגעראכטן געווארן אויף א מאיעסטעטישן פראכטפולן פארנעם אין די ריזיגע זאלן פון "די סיטי" אין די געגנט פון מעלה אדומים, נעבן ירושלים. די שבטי ישראל גאס ביים גרויסן תולדות אהרן'ע ביהמ"ד איז פארוואנדלט געווארן אלס מאסיווע פארקער פון נאנט צו "פערציג באסעס" וואס האבן טראנספארטירט דעם ציבור האלפים צום אולם הסיום.
דער זאל איז געווארן מוסטערהאפטיג אויסגערישט און באצירט לכבודה של תורה, ווערנדיג ערהאבן אויסגעזעצט מיט די 2 טויזנט גליקליכע מסיימים חתני התורה, וועלכע זענען סערווירט געווארן א רייכע סעודת מצוה כיד המלך. קעגן די אויבן אן האט זיך געצויגן די הויכשטאקיגע פארענטשעס וואס האט פלאצירט די פילע הונדערטער בחורי חמד פון אלע ישיבות קטנות וגדולות פון תולדות אהרן איבער אלע שטעט.
אלס יו"ר האט געדינט דער פה מפיק מרגליות הרה"ג ר' יואל פריעדמאן שליט"א פון בארא פארק. דערנאך במשך המעמד האט מען געהערט די פלאמעדיגע דרשות בגודל השמחה דורך די בארימטע מזכי הרבים, הרבני התורני ר' יצחק שווארץ הי"ו פון ניו יארק, יו"ר חבורת "תורתך שעשועי" שע"י קהלת סאטמאר, און דורך הרבני הנגיד ר' משה גאלדבערגער הי"ו פון ניו יארק.
דער בארימטער בעל מנגן ר' זאנוויל וויינבערגער האט בקולו הנעים פארגעזינגען דעם רבי'נס ניגון "צמאה נפשי", באגלייט מיט די וואונדבארע שטימע פונעם מטיב נגן ר' מונה ראזענבלום און די הערליכע קאפעליע און פולע קלעזמער וואס האט מהנה געווען בשמחת התורה, דערנאך האט מען געזינגען דעם ניגון "אחינו כל בית ישראל" מתפלל צו זיין פאר אחב"י תושבי ארץ הקודש אין די יעצטיגע שווערע מצב המלחמה.
הערליכע חרוזים האט פארגעזינגען דער בארימטער מנגן פון ניו יארק, ר' אברהם מרדכי שווארץ, צוזאמען מיט'ן בחור הפלא בנציון קלעצקין, ארויסהייבנדיג די מהפכה גדולה ללימוד התורה דורך די הייליגע חבורה תורתך שעשועי.
אלס נואם הכבוד האט אויפגעטרעטן דער אורח נשגב פה מפיק מרגליות הגה"צ רבי אהרן שיף שליט"א גאב"ד אנטווערפן, מיט גאר טרעפליכע רעיונות און התחזקות פאר די טויזנטער מסיימים ובשבח הקהלה והחבורה.
אינעם קלימאקס האט מען זוכה געווען צו הערן די פלאם פייערדיגע דברי אלקים חיים פונעם רבי'ן שליט"א, ארומקאכנדיג מיט הייליגע בחינות און התפעלות פון די עדה הקדושה וואס איז זוכה צו זיין אנגעבינדן מיט די הייליגע תורה בקשר אמיץ וחזק, און האבן יעצט זוכה געווען צו מסיים זיין חצי ש"ס, און גרייטן זיך ווייטער צו גיין ביז'ן ווידעראמאל ענדיגן כל הש"ס כולו.
מיט'ן הדרן איז נתכבד געווארן הרבני הנגיד ר' משה גאלדבערגער, און דער רבי האט געזאגט קדיש, און ספאנטאן האט זיך דער ציבור ארויסגעלאזט אין גאר געהויבענע טענץ און געזאנג בשמחת התורה, וינועו אמות הסיפים.
מיט'ן בענטשן על הכוס איז נתכבד געווארן חדב"ן הגה"צ ר' אברהם ראבינאוויטש שליט"א, און מיט דעם האט זיך געשלאסן דער מעמד אדיר ונשגב וואס האט אריינגעבלאזן א חיות דקדושה און אנטשלאסנקייט ממשיך צו זיין בעסק התורה ביתר שאת ועז.
שישו ושמחו בשמחת התורה
Comments