top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

צאו והפגינו: רבבות וועלן אפשרייען ביטערע גזירת הגיוס ביי "מחאה אדירה" בחוצות ירושלים פאררופן דורכן עדה החרדית

זונטאג פ' שלח • י"ז סיון תשפ"ד | בחצרות הקודש

 

א פייער פון קנאת ה' צבאות נעמט ארום הררי ציון וירושלים זיך גרייטנדיג מיט אן אש דקדושה צום עצרת מחאה אדירה וואס ווערט פאררופן אויפ'ן קומענדיגן מיטוואך שלח על פני ככר השבת, אפצושרייען די ביטערע גזירת הגיוס וואס די ציוניסטישע ממשלת השמד האט ליידער גוזר געווען אויף אלע לומדי תורה אין ארץ ישראל.


די מחאה ווערט פאררופן דורכ'ן בי"ד הגדול שבירושלים "עדה החרדית", על פי קריאת הקודש פון די שרי התורה הרבנים הגאונים והצדיקים שליט"א חברי הביד"ץ וועלכע טוען אין א פייערדיגע קול קורא רופן גאנצן חרד'ישן ציבור פאר חוב קדוש ארויסצוגיין בחוצות קרי' און מכריז זיין קבלת עם ועולם אז דער יהדות החרדית וועט שטיין פעלזנפעסט מיט מסירת נפש קעגן די גזירה האיומה, און מ'וועט זיך ח"ו נישט לאזן פון די שענדליכע פשרות און וויתורים וואס ווערן ליידער געמאכט נאכצוגעבן רח"ל פאר די רעגירונג למחצה ולשליש ולרביע, היה לא תהיה.


די עצרת מחאה אדירה וועט אפגעהאלטן ווערן מיטוואך שלח, אינעם יום תענית צדיקים כ' סיון, 7:00 אין אווענט, אויפ'ן שטח האדיר על פני ככר זופניק און ארומיגע גאסן, וואו עס ווערט ערווארט א היסטארישע צונויפגיס פון צענדליגער טויזנטער חרדים לדבר ה', וועלכע וועלן אויסשרייען די געמיינזאמע קול זעקה קעגן די שרעקליכע גזירה און די שוועבנדע סכנה עצומה דורך די מפשרים וואס פירן אן א משא ומתן מיט די רעגירונג נאכצוגעבן ח"ו אויפ'ן חשבון פונעם יהדות החרדית.


Коментарі


bottom of page