כִּי מַלְאָכָיו יְצַוֶּה לָּךְ: האד' מגור פארלאזט ניו יארק לדרכו צלחה קיין ארץ ישראל נאך היסטארישע באזוך להרמת קרן התורה
- Bechatzros admin
- 22 ביוני
- זמן קריאה 2 דקות
זונטאג פ' קרח • כ"ה סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

היינט נאכמיטאג האט כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א פארלאזט די אכסניא אין מאנסי אויפן וועג לדרכו צלחה אהיים קיין ארץ ישראל.
ווי ברייט באריכטעט איז דער רבי געוועהן געשטראנדעט אין ניו יורק צוליב די מלחמה אין ארץ ישראל, און נאך מערערע אונטערווענצן און השתדלות פון די עסקנים, איז היינט געלונגען אויסצוארבעטן א מהלך, אז דער רבי זאל קענען אנקומען קיין ארץ ישראל, אן זיך דארפן אפשטעלן אין קפריסין, נאר קענען פארן פון אמעריקא גראד קיין ארץ ישראל.
דער רבי'ס פליגער וועט זיך ארויסלאזן פון ניו יורק אום זעקס אזייגער מיטאג און וועט לאנדען אין ארץ ישראל מארגן מאנטאג מיטאג צייט.
אין די זעלבע צייט, האבן די עסקנים צוגעגרייט אלע נויטיגע באדערפענישן אין קפסירין, על כל צרה שלא תבא, אין פאל מען וועט מוזן מאכן אן עמערדזשענסי לאנדונג אין קפריסין.
איידער די פליגער האט זיך געהויבן פונעם אמעריקאנעם באדן, איז ארויפגעקומען אויפן עראפלאן הטפסר המרומם הנגיד ר' יואל לאנדא הי"ו וואו דער רבי האט - אויפן פליגער - געטרינקען לחיים אינאיינעם מיט ר' יואל הי"ו דערביי ארויסצייגנדיג זיין הכרת הטוב פארן חשובן נדיב וואס האט בנדיבת לב צוגעשטעלט זיין פריוואטן פליגער צו פארגרינגערן די לאנגע רייזעס פארן רבי'ן, קיין ניו יארק און צוריק קיין ישראל.
ובאותו מעמד הוסיף ר' יואל על נדבתו מיט א פאנטאסטישע נדבה לטובת די קרן התורה דחסידי גור, זייענדיג דער אחרון חביב אין דעם הייליגן אונטערנעמונג וואס דער רבי שליט"א האט גענומען אויף זיך צו ראטעווען די ישיבות און כוללים אין ארץ ישראל. דער רבי שליט"א האט פארפירט א קורצן שמועס מיטן נדיב און דערנאך ווארעם אנגעוואנטשן פאר ר' יואל הי"ו, אז די אלע זכותים פון החזקת התורה זאל אים ביישטיין בכל מילי דמיטב.
מיט דעם האט זיך געשלאסן די היסטארישע צוויי וואכענדיגע נסיעה פון כ"ק אדמו"ר מגור שליט"א על אדמת אמעריקא אויפצורטייבן מיליאנען דאללארן פאר'ן "קרן התורה", א באזוך וואס חסידי גור וועלן לאנג געדענקן, און וועט איינגעקריצט ווערן מיט גאלדענע אויתיות אין די היסטאריע פון בית גור.



תגובות