top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

געהויבענער איבערלעבעניש ביים טיש לכבוד חמשה עשר בשבט דורך האד' מסאדיגורא אין שטאט אנטווערפען

  • Bechatzros admin
  • לפני שעתיים
  • זמן קריאה 2 דקות

דינסטאג פ' יתרו ט"ז שבט | בחצרות הקודש

הונדערטער תושבי אנטווערפען האבן דעם חמש עשר בשבט מיטגעהאלטן דעם שולחן הטהור לכבודו של יום בצילו פונעם אורח הדגול כ"ק אדמו"ר מסאדיגורא שליט"א וואס איז אנגעקומען אויף א קורצער באזוך אין שטאט לרגל די שמחה בבית חותנו הגה"צ רבי אשר חיים שטערנבוך שליט"א אבד"ק אהל יעקב אנטווערפען און האט אפגעראכטן דעם טיש אין די טשארטקובער קלויז אין אנטווערפן, וואס איז געווען אויסגעשטעלט אויף א גרעסערן פארנעם צו אקאמאדירן דעם גרויסן ציבור חסידים ואנשי מעשה.


דער רבי אזי אריינגעקומען אינעם קלויז אנגעטון מיטן קאלפיק כנהוג און זיך באלד געוואשן צום סעודה, און מען האט געזינגען ניגוני התעורות. גלייך דערנאך האט מען אריינגעברענגט די מאכלים, בעת דער ציבור האט ווייטער געזינגען די ניגונים פון די ימים הנוראים, צווישן זיי דער באקאנטער ניגון "כי האדם עץ השדה“, וואס מען האט איבערגעזינגען עטליכע מאל.


דערנאך האט דער רבי משמיע געווען דברות קודש, און מעורר געווען אז דער טאג חמשה עשר בשבט איז א זמן גרמא זיך צו דערמאנען און דאנקען דעם אייבערשטן אויף די גאנצע בריאה, אויף די פירות הארץ און אויף אלע חסדים וואס דער בורא עולם שענקט אונז - זיינע ברואים בטובו הגדול.


דערנאך האט מען אריינגעברענגט שיינע טאצן פול מיט פירות, צווישן זיי די פירות פון שבעת המינים, ווי אויך קאמפאט וואס איז צוגעגרייט געווארן פון די אתרוגים, מיט וועלכע דער רבי שליט״א האט זיך באונצט דורכאויס יום טוב הסוכות.


נאכן אריינברענגען אלע מיני פירות האט זיך אנטוויקלט א הלכה׳דיגע שמועס צווישן דעם רבי'ן שליט״א און זיין שווער, הגה״צ רבי אשר חיים שטערנבוך שליט״א, וואס דינט אלס רב הכשרות דקהל מחזיקי הדת אנטווערפען, איבער די פארשידענע מיני פירות, און די חששות וואס קענען זיך מאכן ביי געוויסע סארט פרוכט. דערביי האט דער רבי געהייסן אראפנעמען עטליכע מיני פירות וואס האבן געהאט חששות.


דער רבי האט טועם געווען פון עטליכע מינים לכבוד היום און דערנאך פארטיילט שיריים פון די פירות פאר די רבנים חשובים אויפן אויבן אן, דער מרא דאתרא הגאון הגדול גאב"ד אנטווערפען שליט"א, הגה"צ רבי פנחס לייבוש פאדווא גאב"ד שומרי הדת אנטווערפען, הגאון רבי יצחק זעקל פאללאק דומ"ץ מחזיקי הדת, הגה"צ רבי שלמה זלמן וועבער דומ"ץ בעלזא אנטווערפען, הגה"צ רבי אהרן יהושע גראס דומ"ץ בעלזא, הגה"צ רבי אברהם יהושע רייך אבד"ק צאנז אנטווערפען, הגה"צ רבי ירמיה כהן גאב"ד פאריז, הגה"צ רבי ליפא טייטלבוים דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען, הרה"צ רבי דוב בער פריעדמאן מטשארטקוב אנטווערפען, און נאך פיל.


נאך ברכת המזון איז דער גאנצער ציבור, זקנים עם נערים, אריבערגעגאנגען צו מקבל זיין פירות פון רבי'ן שליט״א, לכבוד יום חמשה עשר בשבט. 



תגובות


bottom of page