top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

ריזיגער עצרת מחאה וועט פארקומען קומענדיגן דינסטאג ברחובות ירושלים קעגן גזירת הגיוס און געפלאנטע חוק הגיוס

  • Bechatzros admin
  • לפני 3 ימים
  • זמן קריאה 1 דקות

מוצאי שב"ק פ' ויחי • י''ד טבת | בחצרות הקודש

ree

קומענדיגן דינסטאג לסדר "ותעל שועתם אל האלקים", וועט פארקומען א ריזיגער עצרת מחאה אויף די צענטראלע "ירמיהו" גאס אין ירושלים עיה"ק, וואו דאס יהדות החרדית הצרופה וועט אויסשרייען איר וויי־געשריי קעגן די שרעקליכע גזירת הגיוס וואס די ציוניסטישע רשעים האבן גוזר געווען אויף אלע חרדישע בחורים און יונגעלייט, און באזונדער קעגן די שענדליכע פשרות פונעם נייעם "חוק הגיוס", וואס ווערט געשטיצט און אונטערגעפירט דורך געוויסע חרדישע פארטייען.


אין ברען פון די צוגרייטונגען צום עצרת איז פארלאפענעם וואך פארגעקומען א היסטארישע דרינגענדע אסיפה אין ירושלים עיה"ק ווי ברייט באריכטעט, וואו עס האבן זיך צוזאמגענומען צענדליגער מגדולי האדמורי"ם ורבנים וראשי ישיבות, בפרט די ספרדישע גדולים, אין שפיץ פון הגאון הגדול רבי משה צדקה שליט"א וועלכער איז שוין לאנגע יארן פון די גדולי הלוחמים קעגן שרעקליכן גזירת הגיוס, צו דורכשמועסן די ברענענדיגע נושא און אוועקשטעלן א פעלזן פעסטע שטעלונג קעגן די שענדליכע פשרה'דיגע חוק הגיוס וואס ווערט באטראכט אין די יעצטיגע טעג.


צום סוף פונעם אסיפה איז געמאלדן געווארן אז דעם קומענדיגן מאנטאג וועט פארקומען א ריזיגער עצרת אקעגן די ביטערע גזירת הגיוס ברחובות עיה"ק ירושלים, אין צוזאמענארבעט מיט די עדה החדרית, וואו ס'וועט אויך ארויסגעברענגט ווערן דער קאטעגארישער קעגנערשאפט פון יהדות החרדית צו סיי וועלכע פשרות איבער די נושא. 


ווי געזאגט האט די עצרת געזאלט פארקומען מאנטאג, אבער נאך וואס די עסקנים האבן אנגעפרעגט ביי כ"ק האדמורי"ם מטשערנאביל און ראחמיסטריווקא שליט"א צו מען זאל עס אפשטופן מיט איין טאג אז עס זאל פארקומען אום ניטל ווען מען לערנט נישט, איז געקומען די ענטפער אז כדי צו מונע זיין ביטול תורה זאל מען דאס אפשטופן אויף דינסטאג פארנאכטס.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page