top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

הילולא קמייתא פון כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט זצ"ל בעל רזא דאמונה אפגעצייכנט בגעגועין עילאה

  • לפני שעתיים (2)
  • זמן קריאה 4 דקות

מאנטאג פ' כי תצא • ד' אלול תשפ"ו | בחצרות הקודש

הונדערטער תלמידי וחסידי קרעטשניף סיגעט האבן מיט געגועים און כיסופין אפגעצייכענט דעם יומא דהילולא קמייתא פונעם רעיא מהימנא קדישא, כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגוט זצ"ל בעל רזא דאמונה. די צענטראלע סעודת הילולא איז אפגעראכטן געווארן דעם פארלאפענעם ליל ששי ערב יומא דהילולא, בראשות בניו כ"ק מרנן האדמורי"ם שליט"א, אינעם גרויסן היכל השולחנות פון חצה"ק פינסק קארלין אין שכונת בית ישראל אין ירושלים, וועלכע איז געווען איבערגעפולט עד אפס מקום מיט הונדערטער אידן, חסידים, אוהדים, ידידים און מוקירי זכרו, אריינגערעכנט א שיינעם צאל געסט פון אויסלאנד.


נאכן זיך וואשן צום סעודת מצוה האט מען געזונגען די ניגוני קודש וואס מען איז געווען געוואוינט צו זינגען ביים רבי'ן ז"ל בהילו נרו עלי ראשינו. אינצווישן האט אויפגעטרעטן דער גבאי הרה"ח ר' אליעזר פריעדמאן שליט"א וועלכער האט זוכה געווען משמש צו זיין ביים בעל ההילולא און האט דערציילט ערשטהאנטיגע עובדות נפלאים, שילדערנדיג די הנהגות ישרות און דעם מסירות נפש פון דעם רבי'ן ז"ל. דערנאך האט דער גדול האחים כ"ק האדמו"ר מקרעטשניף סיגוט שליט"א מסיים געווען ש"ס תלמוד בבלי, געזאגט דעם הדרן און קדיש מיט גרויס התעוררות, און דאן משמיע געווען דברות קודש וואו ער האט ארויסגעברענגט געהויבענע שטריכן און מעורר געווען דעם עולם ממשיך צו זיין אין די הייליגע דרכים וואס דער טאטע האט אונז אויסגעטרעטן.


נאך די דברות קודש, האט דער רבי שליט"א מכבד געווען זיין חשוב'ן ברודער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג שליט"א, וועלכע האט משמיע געווען מדברותיו במשנתו של בעל ההילולא. אזוי אויך האבן אויסגעטרעטן די אנדערע ברידער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה שליט"א, הרה"צ רבי מאיר אריה לייב שליט"א פון בארא פארק, און הרה"צ רבי יואל זוסמאן שליט"א האדמו"ר מקרעטשניף קאנאדע.


מיט ברכת המזון איז מכובד געווארן כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט וויליאמסבורג שליט"א וואס איז געקומען צופארן פון די מרחקים צו די יארצייט. באזונדער האט ארויסגעשיינט ביים מעמד דער השתתפות פון חשוב'ער שוואגער פונעם בעל ההילולא, כ"ק אדמו"ר מביאלא בני ברק שליט"א.


בחצות הלילה, האט זיך כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף סיגעט שליט"א, ארויסגעלאזט צום הר הזיתים, פוקד צו זיין מקום מנוחתו פונעם בעל ההילולא. דער רבי שליט"א האט פארגעזאגט די קאפיטלעך תהילים ווי איינגעפירט בקול רעש גדול. א ספעציעלע ציטער האט ארומגענומען דעם עולם ווען דער רבי שליט"א האט אנגעהויבן דעם קאפיטל "לדוד ה' אורי וישעי" מיטן ספעציעלן נאדווערנע נוסח, און דערנאך דעם קאפיטל "לדוד מזמור" מיטן הייליגן נוסח פון ראש השנה, וואס האט ווי צעשמאלצן יעדן הארץ פאר געגועים און פחד הדין. נאך די תפילות האט דער רבי שליט"א משמיע געווען קורצע דברי התעוררות. דערנאך האט דער רבי אנגעהויבן נעמען קוויטלעך וואס האט זיך געצויגן פאר לאנגע שעות ביז אין די פארטאגס שעה'ן.


10:00 אזייגער אינדערפרי,איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין בית המדרש צו תפילת שחרית און הלל, און דערנאך געפראוועט א שולחן לחיים און גלייך דערנאך זיך געזעצט לערנען משניות ברבים מיט די חסידים, לעילוי נשמתו הטהורה פונעם בעל ההילולא.


אזוי ווי די הילולא איז אויסגעפאלן אום שבת, האט מען ספעציעל  אויפגעשטעלט א "שאטער" נאענט צום בית המדרש "קרעטשניף סיגעט" צו קענען אקאמאדירן די פילע חסידים און געסט וואס זענען געקומען צו פארן מיטצוהאלטן דעם שבת. ווי אויך האבן זיך באטייליגט משפחת המלוכה, קינדער פונעם רבי'ן ז"ל: הרה"צ רבי יואל זוסמאן שליט"א האדמו"ר מקרעטשניף קאנאדע, הגה"צ ר' משה שמואל ראטטענבערג שליט"א מנהל פון מוסד אור חדש, הגה"צ ר' דוד צבי קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אברהם יצחק בית שמש, הרה"צ ר' ישראל הורביץ שליט"א, און הרה"צ ר' אהרן טייטלבוים שליט"א.


צו תפילת מנחה און קבלת שבת האט דער רבי שליט"א צוגעטרעטן  בקול חוצב, און תפילת מעריב האט געדאווענט הרה"צ רבי יואל זוסמאן שליט"א. נאך די תפילות האבן די אורחים געגעסן די סעודת שבת קודש בצוותא ובדיבוק חברים אינעם חב"ד זאל.

אום 12:00, איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין דעם שאטער אפצורעכטן דעם שולחן הטהור. במשך דעם טיש האט דער רבי שליט"א משמיע געווען דברות קודש ודברי תורה עטליכע מאל בדברי תורתו פועם בעל ההילולא. דער טיש האט זיך פארצויגן מיט א העכערע דביקות, ביז קרוב צו 4:30 פארטאגס.


עטליכע שעה דערויף בצפרא דשבתא, איז שוין דער רבי שליט"א אריינגעקומען צום דאווענען אין ביהמ"ד. צו תפילת מוסף האט צוגעטרעטן חתנא דבי נשיאה הגה"צ ר' דוד צבי קאהן שליט"א אבד"ק תולדות אברם יצחק בית שמש. נאכן דאווענען האט דער רבי געפראוועט די קידושא רבה וואס האט זיך פארצויגן א לאנגע צייט, וואו דער רבי שליט"א האט דערציילט זכרונות הוד קדומים און הליכות והנהגות פונעם טאטן דער בעל ההילולא.


דערנאך האבן די חסידים געפראוועט די סעודת צפרא דשבתא אינעם בית המדרש. במשך די סעודת האט אויסגעטרעטן חתנא דבי נשיאה, הרה"צ ר' משה שמואל ראטענבערג שליט"א, אזוי אויך האט כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף קאנאדע שליט"א, מרחיב געווען בדיבורו מיט שיינע סיפורים און הנהגות פונעם רבי'ן ז"ל.


נאך א קורצע הפסקה, איז דער רבי שליט"א אריינגעקומען אין בית המדרש צו אמירת כל ספר התהילים ברוב עם, כנהוג אין די ימי הרחמים והרצון פון חודש אלול. 


שפעטער ביי שלוש סעודות האט זיך באטייליגט דעם רבינס ברודער כ"ק אדמו"ר מקרעטשניף כפר עטה שליט"א און הגה"צ המקובל ר' אביש ציינווירט שליט"א, וועמען דער רבי שליט"א האט מכבד געווען אויפצוטרעטן מיט דברי תורה. מיט "ה' מלך", האט דער רבי שליט"א מכבד געווען זיין ברודער הרה"צ רבי יואל זוסמאן שליט"א האדמו"ר מקרעטשניף קאנאדע.


מוצ"ש נאך תפילת מעריב, האט זיך דער עולם צנויפגענומען צו א געהויבענעם "מלווה מלכה" וואו מען האט זיך ווידער געזעצט לערנען משניות ברבים לעילוי נשמתו הטהורה פונעם רבי'ן זצ"ל, נבג״מ.



תגובות


bottom of page