זונטאג פ' וישב • י"ד כסלו תשפ"ה | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
בקול צהלה ורינה האבן זיך טויזנטער בעלזער חסידים מיטגעפריידט נעכטן במוצאי יום גילה - בשמחתו פון רבם ומאורם כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א, לרגל דעם קישור החיתון און מסיבת תנאים פון נכדתו הכלה וואס איז געשלאסן געווארן אין די פארגאנגענע וואכן בשעה טובה ומוצלחת, וחסידים ברינה יגולו בסימן טוב ובמזל טוב.
עס איז אריין לברית האירוסין די כלה בת קדושים, טאכטער פון הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליט"א, ברא כרעיה דאבוה, איידעם ביי כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, מיט די חתן המופלג הרב אלימלך פענסטער ממצויני תלמידי ישיבה גדולה בעלזא אין בני ברק א זון פון הרה"ג ר' אהרן פענסטער ר"מ בישיבה גדולה בעלזא אין בני ברק, די שמחה איז געפראוועט געווארן אינעם גרויסן שטוב אין קרית בעלזא ירושלים, בהתאסף ראשי עם יחד שבטי ישראל אלפי חסידי בעלזא פון אומעטום.
בעפאר די שמחה איז געווען צוגעגרייט די סעודת מלווה מלכה פאר די טויזנטער חסידים אין די זאלן פונעם ביהמ"ד הגדול אין קרית בעלזא, אינצווישן האבן זיך פילע חסידים פארנימען זייערע ערטער אינעם גרויסן שטוב און עוסק געוועהן בתורה אין די פרייע צייט.
דער גאנצער ציבור האט ספאנטאן אויסגעבראכן אין א הילכיגען געזאנג אויפן ניגון "קול רנה וישועה באהלי צדיקים", ווען דער גרויסער זיידע, כ"ק אדמו"ר מבעלזא שליט"א איז ערשינען צום תנאים אין באגלייטונג פון בנו הרה"צ רבי אהרן מרדכי, און דער חתן, אינאיינעם מיט די זיידע כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א און די אנדערע חשובע זיידעס, דער רב שליט"א האט זיך געוואשן צום מלווה מלכה און מען האט אויפגעגעבן די מאכלים, בעת די קאפעליע איז מהנה מיט די זמירות מלווה מלכה.
דערנאך האט מען מסדר געווען די זכרון דברים, די עדים זענען געווען הגאון רבי שמאי גראס שליט"א און הגאון רבי יעקב גרינוואלד שליט"א מגדולי הדיינים בחצר הקודש בעלזא. מיטן ליינען דעם זכרון דברים איז מכובד געווארן די פעטער הגה"צ רבי מנחם ארנסטר ראש ישיבת וויזניץ, באלד דערויף האט דער רב שליט"א געבראכן טעלער און געוואונטשן מזל טוב פאר די חתן מחותנים און זיידעס, אויך האט די רב מפריש געוועהן סכומים הגונים לצדקה פאר מרכז מוסדות בעלזא, פאר קופת אהבת חסד, און פאר די גאליציאנער כולל כנהוג בעין חדוותא. די ציבור האט אויסגעבראכן אין פרייליכע ריקודין, מיט ניגוני שבח והודאה דאנקענדיג דעם בורא כל עולמים על כל החסד אשר גמלנו.
דער משמש בקודש הרב שמעון וואלף קליין הי"ו האט געשטעלט וויין פאר די צענדליגע רבנים, דיינים וקרובי המשפחה, צווישן זיי די פעטער'ס הגאון רבי צבי ראבינאוויטש ראש ישיבת באיאן, הגה"צ אב"ד מאקאווא אשדוד און נאך, דער רב שליט"א האט געטרינקען לחיים און געוואונטשן די חתן מחותנים, זיידעס און כל הקהל הקודש.
דערנאך האט מען זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד של שמחה, די רב שליט"א איז געטאנצן א פייערדיגע ריקוד מיטן חתן אליין, א באזונדערע ריקוד מיטן מחותן די זיידע די מאקאווא רב שליט"א, און באזונדער מיט פרי עץ חיים בנו יחידו הרה"צ רבי אהרן מרדכי שליטא, דערנאך א רינג מיט אלע זיידעס און מחותנים, בעת די ציבור הייבט זיך מיט ריקודין אין די העכערע ספערן.
מיט ברכת המזון על הכוס האט דער רבשליט"א מכבד געווען בנו יחידו די בעל שמחה, און מיט די שבע ברכות לכבוד עטליכע חתנים די זיידע כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א, און דער רב שליט"א זעלבסט האט געזאגט ברכה אחריתא. עס איז שוין געווען אין א שפעטע שעה ווען די ציבור האט זיך צושפרייט פון די הערליכע שמחה מיט געהויבענע געמיטער.
Comentarios