top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

מאסן תושבי בארא פארק מיטגעהאלטן שבת מרומם בצל כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א נאך גאנצע צוואנציג יאר

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • לפני יום 1
  • זמן קריאה 3 דקות

מאנטאג פ' ויצא • ד' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: JDN

חסידים ואנשי מעשה תושבי עיר ואם בישראל בארא פארק האבן מיטגעלעבט א געהויבענעם שבת בצילו פונעם אורח הדגול פון ארץ הקודש האי גאון וצדיק כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א וועלכער איז געקומען צופליען קיין ניו יארק אויף א באזוך לטובת מוסדותיו און האט דערביי אויסגענוצט די געלעגנהייט צו פראווענען א שבת אין שטאט בארא פארק נאך א צייט אפשניט פון איבער צוואנציג יאהר וואס די רבי האט נישט געפראוועט א שבת אין שטאט, זייענדיג א געלעגנהייט פאר חסידים און מעריצים זיך מסתופף צו זיין בצילו פונעם רב שליט"א וועלכער איז ידוע איבער די וועלט פאר אן עובד ה' מנעוריו כחד מצדיקי קמאי.


אויף שבת האט די רב געהאט די אכסניא, אין שטוב פון הרב החסיד רבי ישראל יהודה לעפלער הי"ו, די תפילות זענען אפגעראכטן געווארן אין מאקאווא ביהמ"ד אין שטאט, די סעודות שבת אין די זאל פון בית אסתר, און שלש סעודות אויף א גרויסן פארנעם אין די ריגער זאל, וואו הונדערטער תושבי העיר האבן געשטראמט אין די מאסן זיך אנצושעפן מלא חפנים פון די השתפכות הנפש'דיגע עבודה פונעם רב שליט"א.


שוין ביים דאווענען איז דער ביהמ"ד וועלכע איז געווען אויסגעשטאט מיט הויעך שטאקיגע פארענטשעס געווען געפאקט עד אפס מקום, קבלת השבת האט פארגעדאוונט הרה"צ רבי מאיר יחזקאל לעמבערגער אבד"ק מאקאווא בארא פארק, אן אש קודש האט זיך געשפירט אין די ד' אמות וואו דער רב שליט"א איז געשטאנען און געדאווענט, און ארום האבן זיך צונויפגעשטופט פילע ערליכע יונגעלייט און עובדי ה'.


נאכן דאווענען איז מען דורך וואונטשן גוט שבת ביים רב שליט"א. די סעודת שבת איז געווען צוגעגרייט ברוב פאר והדר לכל הקהל הקודש אינעם זאל פון בית אסתר, במשך די סעודה האט מען פארברענגט בזמירות ותשבחות לקל חי, דער רב שליט"א האט געזאגט תורה און מען האט פארענדיגט אין א שפעטע שעה.


שבת אינדערפרי פארן דאווענען האט דער רב שליט"א איבערגעגעבן א שיעור כמדי שבת בשבתו אינעם אכסניא, די סעודה בייטאג האט דער רב געפראוועט בבית האכסניא מיט די מקורבים.


ביים שלש סעודות טיש האט זיך ווידער אנגעזעהן א שטראם פון שווערע הונדערטער אידן פון דער שטאט וואס זענען געקומען מיטהאלטן און כאפן א בליק אויפ'ן צדיק. אידן האבן זיך געשטופט נאנט צום רב שליט"א צו הערן די פייערדיגע דברות קודש, מיט התעוררות לתשובה ולמוסר, בהאי שעתא דבי' רעוא דרעוין.


צוליב דעם רב'ס שוואכן קול האט נכדו הרב יואל מיכל לעמבערגער איבערגחזרט די תורות בקול רם, דערנאך האט די רב מכבד געווען בן אחיו אבד"ק מאקאווא בארא פארק אויפצוטרעטן מיט דברי תורה, און דערנאך מכבד געווען גיסו הגה"צ אב"ד ראדאמישלא בארא פארק שליט"א צו זאגן תורה.


דער התרוממות'דיגער שלש סעודות האט זיך פארצויגן ביז עטליכע שעה נאכ'ן זמן מוצאי שבת, נאך מעריב האט דער רב שליט''א מבדיל געווען על הכוס ברוב עם, און די גאנצע ציבור איז דורך וואונטשן א גוטע וואך.


שפעטער מוצאי שבת איז געווען זמני כניסה אין די אכסניא, און דער רב שליט"א איז אריבער אויף א באזוך אין שטוב פונעם פלאמעניק אבד"ק מאקאווא ב"פ, דערנאך איז דער רב שליט"א אריינגעפארן קיין וויליאמסבורג וואו ער האט אפגעראכטן א באשיידענעם מלווה מלכה אין שטוב פון איינער פון די מקורבים, און אויפגענומען א שיינע צאל תושבי העיר לעצה ולברכה.


פון דארט אייז מען ארויסגעפארן צום ציון הק' פון אדמור"י בית ליובאוויטש זי"ע אין קווינס, ווי דער רב שליט"א איז אריין אינעם אוהל אן די שיך ווי דער מנהג איז אין ליובאוויטש, און דארט מתפלל געווען א לענגערע וויילע לישועתן של ישראל. באשמורת הבוקר האט מען זיך אומגעקערט צום אכסניא אין שטאט מאנסי.


ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

bottom of page