ויהי החודש הזה: גאב"ד מאקאווא רעכט אפ סעודת ראש חודש אין שטאט מאנסי
- בחצרות הקודש
- 26 בנוב׳
- זמן קריאה 1 דקות
מיטוואך פ' ויצא • ו' כסלו תשפ"ו | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אלי שווארץ,JDN
דעם דאנערשטאג נאכמיטאג ערב ראש חודש האט כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א געדאוונט מנחה און יום כיפור קטן בבית האכסניא אין מאנסי אין שטוב פון הנגיד החסיד רבי יהודה דוד רובינשטיין הי"ו, שפעטער אויפדערנאכט נאך מעריב האט די רב שליט"א אפגעראכטן א סעודת ראש חודש אינאיינעם מיט א שיינעם ציבור חסידים און דערביי איבערגעגעבן דעם שיעור קבוע אין ספר אור החיים הק' כמדי שבוע בשבוע.


















