top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

פרייד כוואליעס ארומגענימען תלמידי וחסידי טאהש מיט התייסדות פון נייע תלמוד תורה אין בית חינוך לבנות על אדמת ניו יארק

זונטאג פ' בשלח • י"א שבט תשפ"ד | בחצרות הקודש


תלמידי וחסידי טאהש זענען איבערגענומען מיט געפילן פון התרגשות און שבח והודיה, איבער די ווייטער'דיגע אנטוויקלונגען פון די מוסדות הקדושים דחסידי טאהש אין ניו יארק, ווערט אויפגענומען מיט גרויס התרגשות די נייעס, אז בהתייעצות ובברכת הקודש פון כ"ק האדמו''ר מטאהש שליט"א, וועט מען צום נייעם יאר תשפ"ה בעזהשי"ת מרחיב זיין די גבולי הקדושה, און עפענען א תלמוד תורה אין שטאט בארא פארק, און א בית חינוך לבנות אין שטאט וויליאמסבורג.


די תלמוד תורה אין שטאט בארא פארק וועט בעז"ה גערופן ווערן מיטן נאמען "עבודת משולם פייש" על שמו ועל זכרו פון כ''ק האדמו''ר הרה''ק מטאהש זי"ע, אזוי ווי די תלמוד תורה אין שטאט מאנסי, וואס האט זיך גאר שיין אנטוויקעלט לשם ולתפארת, זייט איר עפענונג בשנת תשפ"ג.


די בית חינוך לבנות אין וויליאמסבורג וועט גערופן ווערן "בית חוה", על שמה ועל זכרה פון הרבנית הצדיקת ע"ה, מחברתו הטהורה פונעם טאהשער רבי'ן זי"ע, און אמה של מלכות פון כ"ק האדמו''ר מטאהש שליט''א.


ופרצת ימה וקדמה צפונה ונגבה




Comments


bottom of page