מאנטאג פ' כי תשא • י"ז אדר א' תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: א. אייזנבאך
הונדערטער חסידי תולדות אברהם יצחק, פילע געסט אין תושבי ביתר האבן מיטגעלעבט געהויבענע מאמענטן ביים שבת של שמחה בצילו פון כ"ק אדמו"ר מתולדות אברהם יצחק שליט"א וועלכע האט געפראוועט דעם פארגאנגענעם שבת אין שטאט לרגל די באווארפן פון א אייניקל, א זוהן ביי זיין זוהן הגה"צ רבי חיים מאיר קאהן אב"ד תולדות אברהם יצחק ביתר.
דאנערשטאג נאכט ביים אנקומען בשערי העיר האט זיך די רבי געוואשן צו א סעודה לכבוד פורים קטן אין שטוב פון הנגיד ר' ארי' קרישעווסקי, ווי עס זענען געלאדענט געווארן די נדיבים בעם וואס האבן גענימען א חלק אין די הוצאות השבת אין די ימי השמחה, די רבי האט משמיע געווען דברות קודש און עס האבן אויפגעטראטן די רב הקהילה הרה"צ ר' חיים מאיר שליט''א, אין די מעיאר פון שטאט ביתר הרב מאיר רובינשטיין.
די תפילות און טישן דורכאויס שבת האט די רבי אפגעראכטן אין די גרויסע פריימאן אודיטוריום, ביים טיש פרייטאג צונאכטס האט זיך אנגעזעהן א גרויסע ציבור תושבי העיר אין שפיץ פון די רבני העיר צווישן זיי די מרא דאתרא הגה"צ רבי חיים ווייס גאב"ד ביתר, הגה"צ רבי ישראל ברזובסקי אב"ד סלונים, הגה"צ רבי ברוך מרדכי מינצברג רב דקהל מתמידים און הגאון רבי שלמה איצקוביץ דומ"ץ וויזניץ ביתר, אזוי אויך האבן מיטגעהאלטן דעם טיש, די זיידעס הגה"צ רבי שמואל בראנסדארפער חבר הבד"ץ העדה החרדית, און הגה"צ ר' יהודה הכהן כ"ץ שליט"א רב דקהל ויצב אברהם אין מעלבארן אוסטראליע.
מוצאי שבת נאכן זמן רבינו תם איז פארגעקומען די שמחת הפארשפיל בתופים ובמחולות, מלווה מלכה האט די רבי אפגעראכטן אין די אכסניא בבית בנו הרה"צ ר' חיים מאיר קאהן שליט"א אינאיינעם מיט די בחורי הקהילה.
Comments