top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

קרישקעס | אינטערסאנטע מערקווירדיגע נייעס פון די וואך בחצרות הקודש איבער די וועלט

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 30 בינו׳
  • זמן קריאה 5 דקות

עודכן: 3 בפבר׳

ree

דאנערשטאג פ' בא • א' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


שארפע מחאה דורך הרב אלעזר דוד באלד מנהל ארגון שיעורי תורה אין בארא פארק קעגן א געוויסער מוציא לאור אין בני ברק וועלכער האט צענזורירט תשובות להלכה פון גדולי ישראל נבג"מ.

שהשמחה בתמונתו: כ"ק אדמו"ר מוויזניץ מאנטריאל שליט"א באטראכט  א געמאלן בילד פון צורת קדשו, וואס נאמן ביתו החתן משה הארטשטיין ני"ו געוועזענע הויז בחור ביים רבי'ן שליט"א, האט באקומען במתנה פון זיינע ידידים.

ree

דער בדחן ר' נחמן ליווי הי"ו ביים ערהאלטן שבת געלט פון האד' מבאבוב 45 נאכן אויפרופן דעם רבי'ן שליט"א צו מצווה טאנץ ביי א משפחה שמחה די וואך.

ree

בחורי תולדות אהרן ביים איבערלייגן דעם נר תמיד אין ביים ציון הק' אין אתרא קדישא מירון וואס כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א האט געצינדן וויילנדיג אין מירון פאריגן ערב שבת.

ree

המשפיע הגה"צ רבי שלום ארוש שליט"א ביים ערהאלטן די 'בקהילה' אויסגאבע מיטן שמועס וואס דער משפיע האט איבערגעגעבן פאר אירע טויזנטער ליינער.

ree

א הערליך בילד פון כ"ק גאב"ד מאקאווא שליט"א וואס איז פארטיילט געווארן אלס מזכרת פאר די משתתפי מסע הקודש אינאיינעם מיטן מאקאווא רב שליט"א קיין לובלין.

ree

אם ילד שעשועים: ביים חתונה הגדולה פארלאפענעם וואך בשמחת בית תולדות משה אין בני ברק, מערקט דער מחותן האד' מתולדות משה ביים משמח זיין בנו החתן, אין א געהויבענעם ריקוד אויף די פארענטשעס ביים חתונה.

ree

האד' מביאלא בני ברק ביים עוסק זיין בתורה אינעם בנין הכנסת אורחים 'דער פשיסחא הויף' אין שטאט פשיסחא, וואו דער רבי איז געוועהן צוגאסט די וואך לכבוד די ברית פון א אייניקל.

ree

די וואך ביים באזוך פון הרה"צ ר' דוד רוקח נכד האד' מבעלזא בקרב חסידי בעלזא אין שטאט לעיקוואד ביים אראפשטייגן פון א חדר באס פונעם ת"ת מחזיקי הדת בעלזא.

ree

הגאון האדיר ר' דוב לאנדא ראש ישיבת סלאבאדקע ביים אנוואונטשן א גרופע פון חרדי'שע פארמער וואס זענען זיך מוסר נפש צו אפהיטן די מצוות התלויות בארץ און זענען ארומגעגאנגען צו די שטובער פון גדולי ישראל אין שטאט בני ברק, צו בעטן א ברכה אויף רעגן, אין צייט וואס עס הערשט א שווערע טרוקעניש אין ארץ ישראל.

הגה"צ רבי איטשע מאיר מארגנשטערן האד' מתורת חכם ביים זיך געזעגענען מיטן מקובל הגה"צ רבי דוב קוק שליט"א נאכן דינען אלס סנדק ביי א ברית בהיכל ישיבתו אין טבריה.

קול צעקה פון הגאון הגדול ר' חיים יוסף דוד ווייס שליט"א דומ"ץ סאטמאר אנטווערפען נאכן באזוכן אין גואטאמאלא.

הרה"צ ר' דוד רוקח נכד האד' מבעלזא ביי שלש סעודות נאכן געהויבענעם שבת בקרב הקהילה אין שטאט לעיקוואד.

האד' מפרעמישלאן אין א שמועס מיט העסקן ר' דוד רובינשטיין מראשי ההכנסת אורחים אין פשיסחא, וואו די רבי האט זיך באדאנקט פארן אהערשטעלן דעם הכנסת אורחים מיט אלעס וואס האט זיך אויסגעפעלט צום ברית די וואך אין פשיסחא.

ree

אין בעפארברייטונג צום גרויסארטיגע הכנסת ספר תורה דורך עדת חסידי סקווירא קומענדיגע פרשת תרומה, איז טייל פון אן אלטע’ מאנסי טורס’ באס אויסגעריסן געווארן צו טראנספארמירן דעם באס אין א מלכות׳דיגע וואגאן וואס וועט פירן האדמו"ר מסקווירא און די ספר תורה ארום די גאנצע שטעטל.

ree
ree

הרה"צ ר' נחמיה אלתר בן האד' מגור אינעם JFK לופטפעלד זייענדיג אויפן וועג אהיים קיין ארץ ישראל, אין ליכט פון די אנגעצויגענע מצב ביי אמו הרבנית מגור לרפואה שלימה.

ree

האד' מאמשינאוו פון אמעריקא ביים מחזק זיין א איד ביי א שמחה די וואך אין בארא פארק, און דערצו געשאנקן א שיינע נתינה בחפץ לב.

ree

די הזמנה צו די שמחת החתונה פון אן אייניקל ביי האד' מצאנז זוועהיל, אין ביהמ"ד הגדול צאנז קלויזנבורג וואו דער רבי האט פערזענליך געלאדענט אלע חסידים און גוטע פריינד בכתב ידו.

ree

דער פאטאגראפירער ר' אברומי בערגער הי"ו ביים אונטערשרייבן א שטת שותפות מיט האד' מסאסוב ביים מעמד תפילת הפרנסה די וואך אין מאנסי, לטובת מוסדותיו הק'.

ree

הרה"צ רבי ישכר דוב רוקח בנו הגדול פון האד' ממחנובקא בעלזא האט 'קרישקעס' באמערקט אינעם בית חב"ד אין די לוד לופטפעלד אונטערוועגנס קיין ניו יארק.

ree

הרבנים הגאונים בני הגה"צ גאב"ד פשעווארסק וויליאמסבורג זצ"ל ביים באגלייטן די נשמה אויף די אנטווערפענע גאסן, ככלות השבעה כנהוג.

ree

כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין ביים אנקומען היינט קיין קערעסטיר צום שבת מיט די נגידי ותומכי המוסדות.

ree

הגה"צ אב"ד אמונת ישראל שליט"א, ארומגענומען מיט בחורי חמד תלמידי ישיבת שער המלך אין ירושלים נאכן איבערגעבן א שיחת חיזוק פאר די בחורים.

ree

קידושא רבא לרגל די  איינשווערונג פון פרעזידענט טראמפ יר"ה אין ביהמ"ד סאנטוב אין לעיקוואד.

ree

הגה''צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט''א איז מנחם אבל ביי חתנו הרב ישכר פעלדמאן שליט''א נאך די פטירה פון א ברודער.

ree

דער באקאנטער שריפטשטעלער ר' יוסף מאיר האס הי"ו און די 'המבשר תורני' שטאב אין א שמועס מיט הגאון ר' דניאל חיים אלתר ראש ישיבת פני מנחם לקראת די 120'סטע הילולא קדישא פון הרה"ק בעל שפת אמת מגור זי"ע די וואך.

ree

האדמו"ר מלוצק מיטן בארימטן בעל מנגן ר' יששכר גוטמאן הי"ו ביי א חתונה לבן אחד מחסידיו אין מאנטריאל.

ree

די געניאלע "שבת לאמפ" אין קרית בעלזא וועלכע סיגנאליזירט די חסידים ווען האד' מבעלזא איז אריין צום טיש.

וויזניצער בית החיים אין מאנסי שטעלט ארויס טאוולען צו פארגרינגען וועג צו די ציונים הקדושים אויפן בית עלמין.

ree

האד' מדינוב ביים שמחת החתונה אין ניו דזשערזי פון נכד זקינו הרה"ק בעל 'מנחת אלעזר' ממונקאטש זי"ע א אייניקל פון גיסו הרב צבי ווילמובסקי הי"ו.

ree

גאב"ד מאקאווא אויפן פליגער קיין ניו יארק אינאיינעם מיט תלמידו הגה״צ רבי פנחס חיים גרינוואלד שליט״א אב״ד פאפא מאנסי.

ree

אין א שמועס מיט הרב משה יוסף פריעדלענדער פון רבי ישעי'לעס גאסט הויז אין קערעסטיר.

ree

כקש"ת הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א ביים צינדן דעם נר תמיד ביים ציון פון התנא רבי מאיר בעל הנס אין טבריה.

ree

האד' מקארלין סטאלין ביים מנחם אבל זיין ביי משפ' קירשנבוים אין ירושלים, מערקט אינעם אונטערגרונט א בילד פון כ"ק אדמו"ר מפינסק קארלין זצ"ל בעל אורחת אהרן.

ree

הרה"צ ר' נחמיה אלתר שליט"א בן האד' מגור, האט 'קרישקעס' באמערקט ברחובות בארא פארק גייענדיג אין ביהמ"ד בפניא דמעלי שבתא.

ree

המשפיע הרה"ג ר' אברהם מרדכי אלתר שליט"א נכד הרה"ק בעל 'פני מנחם' מגור זי"ע באזוכט ביי האד' מתולדות יהודה אין בארא פארק.

ree

ביי שלש סעודות אין בית המדרש קהל חסידים אין קאסא גראנדע אריזאנע ווערט געזעהן, כ"ק אדמו"ר מניקלשבורג שליט"א, הגה"צ אב"ד וראש ישיבת נחלי יוסף ד'נייפעסט שליט"א, האדמו"ר מאושוואר שליט"א, און הגה"ח ר' נפתלי לעבאוויטש שליט"א.

ree

הגאון רבי אליעזר יהודה פינקל ראש ישיבת מיר ביים שמחת הבר מצוה לבן הגה"צ רבי בנימין אייזנבערגער אבד"ק היכל התפילה בארא פארק.

ree

האד' מבישטינא איז מתפלל ביים ציון הק' פון אביו כ"ק אדמו"ר רבי מרדכי מבישטינא זצ"ל אויפן בית החיים העתיק אין טבריה לכבוד די יארצייט.

ree

א ברכת מזל טוב פארן וועלט בארימטן מגיד מישרים הרה"ג ר' אברהם מרדכי מלאך שליט"א, לרגל די בר מצוה פון זיין זון ני"ו למזל טוב.


א ברכת מזל טוב פאר הרה"ח ר' מאיר ברוין משב"ק המשפיע הגה"צ רבי נחמן בידערמאן שליט"א מלעלוב, לרגל די בר מצוה פון זיין זוהן ני"ו וואס קומט פאר היינט נאכט אין די פארהאנד זאל למזל טוב.


א ברכת מזל טוב פארן בארימטן פאטאגראפירער בחצרות הקודש החתן שמואל דריי הי"ו לרגל שמחת נישואיו בשעה טובה ומוצלחת ולמזל טוב.


א ברכת מזל טוב פאר הנגיד בנש"ק ר' יהודה לייב קוריץ הי"ו מנאמני בית כ"ק אדמו"ר מפינסק קרלין שליט"א, לרגל הולדת בתו בשעה טובה ולמזל טוב.

תגובות


bottom of page