דאנערשטאג פ' אחרי • כ"ד ניסן תשפ"ד | בחצרות הקודש
בילדער קרעדיט: שוקי לרר
א גרויסארטיגע כינוס גדולי ישראל איז פארגעקומען נעכטן מיטוואך אין שטאט בני ברק ווען עס זענען זיך צוזאמגעקומען אלע אדמורי"ם מנהיגי הקהילות פון שטאט אויף א געמיינזאמע וויעדת החינוך פאררופן געווארן פאר אלע ראשי הישיבות און מנהלים רוחניים פון די חסידישע ישיבות אין שטאט בני ברק. די אסיפה איז פאררופן דורך די בארימטער 'הקשיבה' ארגאניזאציע און צוזאמענארבעט מיט די בני ברקער שטאטראט און איז פארגעקומען אין די היכלי מלכות זאלן אין שטאט.
צווישן די צענדליגער באטייליגטע אדמורי"ם האבן זיך אנגעזעהן אויף בימת הכבוד, האחים האדמור"ים מוויז'ניץ, האדמור"ים מטשערנאביל, מחנובקא בעלזא, דאראג, אלכסנדר, מודזיץ, נאראל, זוטשקא, סטריקוב, ביאלא בני ברק, שומרי אמונים, אוזרוב, קוידינוב, זוטשקא אמסנא, טעמישוואר, אנטניא, הרה"צ רבי ישראל מנחם אלתר ראש ישיבת בית נחמיה בן האד' מגור און נאך.
דברי פתיחה איז געהערט געווארן פונעם מעיאר פון שטאט הרב חנוך זייברט וועלכער האט באגריסט די חשובע אדמור"ים אין זיי באדאנקט פארן אוועקגעבן פון זייערע טייערע צייט, און משבח געוועהן די וואוילטעטיגע 'הקשיבה' ארגאניזאציע וואס טוט אויף גדולות ונצורות למען בחורי בני ישראל.
די מעיאר האט מכבד געוועהן כ"ק האדמו"ר מזוטשקא שליט"א איבערצוגעבן דברי ברכה און פארצוזאגן פרקי תהילים און אחינו בני ישראל מעורר צו זיין רחמים ביי אזא כנסיה לשם שמים אין צייט וואס אידן איבער די וועלט בפרט תושבי ארץ הקודש זענען אנגעוויזן אויף רחמי שמים. דערנאך האט מען געהערט גאר יסודות'דיגע דברות קודש פון מרן האדמו"ר מוויז'ניץ שליט"א וועלכער האט אדרעסירט די אסיפה מיט וויכטיגע הדרכות צו דערהייבן די בחורים העכער און העכער און אריינצוגעבן אין זיי התמדת התורה. דאן איז געהערט געווארן דער דבר האסיפה דורך כ"ק האדמו"ר ממודזיץ שליט"א. נאך די אסיפה האבן די אדמור"ים איבערגעלאזט ברכתם הטהורות פאר די ראשי ועסקני הארגון און זיך געוואונטשן איש את רעהו.
Comments