דינסטאג פ' בשלח • ו' שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעידט: JDN
דעם פארגאנגענעם זונטאג, איז פארגעקומען אין בארא פארק דער יערליכער מעמד הדינער, לטובת דעם מונקאטשער כולל, וואס איז אפגעראכטן געווארן ברוב פאר והדר אינעם פרעכטיגען "אולם החדש," אויף די איין און פופציגסטע גאס ביי די פערצענטע עוועניו, אין צענטער פון שטאט בארא פארק. דער חשוב'ער מקום תורה "כולל חיים ושלום זכרון צבי מונקאטש," איז א רינגעלגע אין די הערליכע קייט פון די מוסדות הקדושים, וואס טראגען אויף זיך די הייליגע נעמען פון די אדמורי"ם לבית מונקאטש זי"ע, וועלכע זענען געגרינדעט געווארן און שטייט תחת נשיאותו הרמה פון כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א.
הונדערטער אידן חסידי ותומכי בית מונקאטש, אין צוגאב צו די צענדליגע חברי ורבני הכולל האבן מיטגעלעבט שעות של קורת רוח וחיזוק לכבוד התורה ולומדיה. מיטן פתיחת המעמד האט אויפגעטרעטן דער יושב ראש הרה"ח ר' פישל כרמל הי"ו מחשובי חסידי מונקאטש אין מאנסי, וואס האט טרעפליך ארויסגעברענגט די חשיבות פון די מסיבה און די זכי' אויסצוהאלטן אזא חשובע כולל כן ירבו, מיט די חשובע יונגעלייט וואס הכרת פניהם ענתה בהם אז תורתם אומנתם. דער האט דערביי צוגעטיילט דעם "פרס הרבצת התורה" פאר דעם חשוב'ן מרביץ תורה ומעמיד תלמידים הגונים, הרה"ג ר' יעקב יוסף כ"ץ שליט"א, ראש חבורה אינעם כולל, וועלכער האט גענימען דאס ווארט און איבערגעגעבן אן עדות נאמנה בשבח הכולל.
דערנאך האט דער יושב ראש אויפגערופן הרה"ח ר' יעקב זיידענפעלד הי"ו, מחשובי חסידי מונקאטש, וועלכער האט איבערגעגעבן דברי זכרון צום אנדענק פון זיין טאטן הרה"ח ר' משה ז"ל, מוותיקי חסידי מונקאטש שטייענדיג אינעם ערשטן יאהר לפטירתו.
מיטן "נזר עבודת הקודש" האט מען באקרוינט דעם איש חי רב פעלים, ראש וראשון לכל קדשי בית מונקאטש, הר"ר אשר פרענקעל שליט"א, א בן בית ביים מונקאטשער רבי'ן רבות בשנים, לאות הוקרה פאר זיין איבערגעגעבנקייט בלב ונפש לטובת הכולל מיום הווסדה. דערביי האט אויפגעטראטן מיט א דרשה זיין איידעם הרב שמעון הכהן ראפאפארט, מחשובי אברכי הכולל.
אלס א טייל פונעם שיינעם דינער פראגראם, איז אפגעראכטן געווארן אן העכסט אינהאלטסרייכן פאנעל "שירו לו זמרו לו שיחו", אנגעפירט דורך דעם באקאנטן ידען נפלא אין ניגוני קודש מחצרות הצדיקים הר"ר דוד מאיר רוס הי"ו, יו"ר מכון שירי דוד. עס איז פארגעשטעלט געווארן א רייכן אפהאנדלונג איבער די מקורות פון ניגונים וואס ווערן געזינגען בחצר בית מונקאטש דור אחר דור, אין באגלייטונג פון די טאלאנטפולע בעלי מנגנים און משוררים פון חצר בית מונקאטש. דאס איז געוועהן א פארזעצונג צום ערשטן טייל פונעם פאנעל, וואס איז אפגעהאלטן געווארן ביים פאריעריגן דינער, להנאת כל הנאספים.
א גרויס התעוררות האט געהערשט אין זאל ווען מען האט געזינגען די הייליגע ניגונים אין תנועות פון צדיקי בית מונקאטש ביז ארויף צום הייליגען בני יששכר זי"ע, ווי אויך פון אנדערע צדיקים זי"ע. באזונדער האט די ציבור אויסגעהערט מיט התרגשות אן אלטע הקפה ניגון וואס כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א האט פארפאסט בשנת תשל"ח, כמעט פופציג יאר צוריק, און איז יעצט ווידער נתחדש געווארן דורכן לאנג יעריגע ראש המשוררים הרה"ח ר' יצחק דוד מייער הי"ו.
דערנאך האט מען געהאט די זכי' מקבל צו זיין פני הקודש פונעם רבי'ן שליט"א וואס האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבנאן. בנוכחתו האט אויפגעטראטן מיט א דרשה דער ראש הכולל הגה"צ רבי יוסף הורוויץ שליט"א חתנא דבי נשיאה וואס האט מיט זיין לשון לימודים משמיע געווען דעם 'דבר הכולל' ארויסברענגענדיג די וואוקס פונעם כולל באיכות ובכמות כן ירבו, און דאס חשיבות פון ביישטייערן פאר אזא הערליכע מקום תורה ווי תלמידי חכמים זענען זיך ממית באהלה של תורה, א מוסד וואס שאפט א געוואלדיגע כבוד און פראכט פאר בית מונקאטש. דער ראש הכולל שליט"א האט ספעציעל באדאנקט משפחת יאנקאלאוויטש, וואס האבן מנדב געווען די סעודה לעילו נשמת אמם ע"ה. ווי אויך האט ער באגריסט הרבני הנגיד ר' משה יוסף עסטרייכער הי"ו פטרון הכולל, און אזוי אויך הרבני הנגיד ר' וואלף זיכערמאן הי"ו ראש הקהל, פאר זייער ווארימע שטיצע רונדע דעם יאר.
צום קלימאקס האט מען געהאט די זכי' צו הערן די דברות קודש פונעם רבין שליט"א וואס האט אין א זעלטענעם שריט אנגעהויבן די דברות קודש מיט א סיפור נפלא, וואס בדידיה הוה עובדא, ווי אזוי ער האט זוכה געווען צו פארגרינגערען פאר א היימישן איד א הארבע אורטייל און לאנגע תפיסה טערמין נאכדעם וואס ער האט ביים געריכט דערציילט פארן שופט א מעשה פונעם בעל שם טוב הקדוש. דערנאך האט דער רבי שליט"א מאריך געווען בשבח הכולל אין די גוטע גריסן וואס ער הערט כסדר צוריק פונעם כולל, און מעורר געווען דעם ציבור איבער דאס חשיבות פון שטיצן דעם מקום תורה. און ספעציעל געאוונטשן פאר חתנו כבנו דער ראש הכולל שליט"א, ער זאל ווייטער מצליח זיין מיט די עבודת הקודש און מיט זיין הרבצת התורה.
עס איז שוין געווען קרוב לחצות הלילה ווען מ'האט געבענטשט, און דער רבי שליט"א האט געזאגט די שבע ברכות פאר א חתן אין די קהילה.

















Comments