מירון דאמעריקא • רבבות פרייען זיך מיט בשמחת הרשב"י ביי פייערליכער מעמד ההדלקה אין שטאט קרית יואל | ברייטע דעקונג
- Bechatzros admin
- 19 במאי
- זמן קריאה 4 דקות
עודכן: 19 במאי
זונטאג פ' בה"ב • כ' אייר תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: י. שטיין, אלי שווארץ, משה קליין
בהרגש קודש איז אפגעראכטן געווארן דער מעמד המרומם 'ההדלקה רבתי' אין דער שטאט קרית יואל וואס עיני כל ישראל אין אמעריקא און קאנאדע קוקן ארויס א גאנץ יאר און ווארטן צו די געהויבענע מאמענטן, ומן המותר לתאר ארויסצוברענגען די איבערפלוס פון רגש של שמחה וקדושה וואס האט זיך געשפירט במשך די עטליכע שעות פון די הדלקה וריקודי קודש בחוצות קרית יואל, ווען דער עיר הגדולה איז ווי יאר יערליך פארוואנדעלט געווארן אין א 'מעין קיבוץ גליות' וואו עס זענען זיך צונויפגעקומען שווערע צענדליגער טויזענטער אידן אנשים נשים וטף זיך מיטצופרייען און מיטצוהאלטן דעם 'מעמד הדלקה רבתי' אינעם 'מירון דאמעריקא' לכבוד התנא האלוקי רבי שמעון בר יוחאי, וואס איז אפגעראכטן געווארן אויף די גיגאנטישע שטחים ארום דעם בנין ביהמ"ד הגדול, בנין מבצר הכוללים און אויף די גאסן ארום.
אנדערש ווי אלע יאהרן האט זיך די מעמד אנגעהויבן אין א פריע שעה, אום 8:00 פארנאכטס, נאך מבעוד יום איידער עס איז צוגעפאלן די נאכט פון ל"ג בעומר. די מעמד קדוש האט זיך אנגעהויבן מיט די ווארעמע ניגוני התעוררות, פארגעזינגען דורך די קאפעליע מנגנים, אן קיין מוזיקאלישע באגלייטונג צוליב די ימי הספירה. בשעתן זינגען די ווארימע ניגונים איז דער רבי שליט"א ערשינען צום מעמד, דער רבי האט זיך באגריסט מיט די רבנים אויפן אויבן אן ובראשם כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א, הגאון רבי צבי פריעדמאן שליט"א גאב"ד מסורת ונשיא מוסדות דרכי שמואל עטה''ק אין ארץ ישראל, הרה"ג ר' יואל צבי הלוי מאשקאוויטש שליט"א דומ"ץ קרית טאהש און נאך.
נאך א קורצע צייט זינגען האט זיך די רבי אויפגעשטעלט און משמיע געווען דברות קודש מלהבת אש, בתורתו של רבי שמעון בר יוחאי, ובגודל קדושת היום, און אויסגעפירט אז מיר זענען זיך מצטרף צו די אידן און די תפילות אין אתרא קדישא מירון און מיר בעטן יעלה תחנינו מערב, אונזערע תפילות וואס מיר זענען דא מתפלל אויפדערנאכט זאלן ארויפגיין אין הימל, און דער רבי האט בקול חנוק מדמעות אויסגערעכנט די תפילות פאר חשוכי בנים, מחוסרי פרנסה, חולי ישראל בגוף ובנפש, פארלוירענע נשמות ברוחניות, שידוכים וזיוגים הגונים, נחת פון די קינדער, און אלע אנדערע לבבות נשברות, דער הייליגער תנא ווייסט א יעדעמ'ס בקשה זאל ער איינרייסן ביים כסא הכבוד, און אלע אידן זאלן געהאלפן ווערן בכל מיני ישועות, יעדער איינער די מחסורו אשר יחסר לו, פאר יעדעם איינעם וואס אים פעלט בכלליות ובפרטיות, דער רבי האט פארענדיגט בקול בוכים אז כלל ישראל איז מצפים לישועה צו ביאת גואל צדק, ווי לאנג נאך וועט כלל ישראל זיין אינעם לאנגן ביטערן גלות, זאל דער הייליגער תנא מעורר רחמי שמים זיין אויף די גאולה שלימה, און מען זאל שוין זוכה זיין צו אורו של משיח.
נאך די פייערדיגע דברות קודש האט מען אנגעצינדן די מוזיק און ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות ודביקות פאר לענגערע מינוטן, דער רבי האט מיטגעזינגען בהתעורורות רב און מוריד געווען נחלי דמעות, ווען אינג און אלט שטייען און זינגען מיט, מיט א געוואלדיגע התעוררות של רחמים.
מען האט דאן געדאווענט מעריב ברוב עם און דער רבי האט געציילט ספירה בקול רם. דערנאך איז די רבי ארויף אויף דעם ספעציעלן פלאטפארמע ביים מקום 'מדורת האש' און מ'האט ווייטער ממשיך געווען מיט ניגוני התעוררות, בפרט דעם "ויהיו רחמיך מתגוללים", "רבונו של עולם האב שוין רחמנות אויף דיינע קינדערליך" וואס איז איבערגעזינגען געווארן מערערע מאל, ועיני רבבות ישראל נשואות צום צענטער ווי דער מנהיג העדה די רבי שליט''א שטייט מיט א דביקות והשתפכות הנפש און איז מתפלל ממעמקי הלב פאר צרכי עם ישראל. דאן האבן די נדבני ההדלקה איבערגעגעבן די זילבערנע קריגלעך פון וואס דער רבי האט געגאסן אויל אויף די מדורה, דער זכות ההדלה איז געקויפט געווארן דורך הרבני הנגיד ר' יודא ווייס הי"ו און דער רבי האט איבערגענומען דעם פאקל פון זיין פאטער הרה"ג רבי חיים אלעזר ווייס מחאמעלניק און צושטייט צוגעטרעטן צו מקום המדורה מיטן פאקל אין די האנט, בשעת מען זינגט דעם מקובל'דיגן ניגון התעוררות 'לכבוד התנא האלוקי'. דער רבי האט אנגעצינדן די הדלקה און זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגן ריקוד ביי די מדורה לכבוד התנא האלוקי, און מדליק געווען א הייליג פייער פאקל אין די הערצער פון די רבוא רבבות מישראל, בהתלהבות אש קודש ושמחה בוקעת רקיעים.
נאך א לענגערע צייט איז דער רבי צוריק ארויף אויפן בימת הכבוד,און מען האט געזינגען די זמירות היום פון 'בר יוחאי' 'ואמרתם' און 'אמר רבי עקיבא', דערביי איז געשאפן געווארן צענדליגע רינגן פון די רבבות ישראל וועלכע האבן געטאנצן פאר לענגערע שעות לכבוד דעם הייליגן תנא. במשך די ריקודין איז פארגעקומען די שמחת החאלאקע פון אן אייניקל ביי כ"ק אדמו"ר מבית יצחק ספינקא שליט"א און א אייניקל ביי הגאון הגדול דומ"ץ קרית יואל שליט"א, דערנאך האט דער רבי ממשיך געווען און אפגעשוירן די קרוב צו הונדערט חאלאקע קינדער בליעה"ר מתלמידי המוסדות הק' פון איבער גרעיטער ניו יארק וואס זענען אדורך כבני מרון. נאך די חאלאקע'ס האט די רבי ממשיך געווען און מעודד געווען די ריקודין אויפן פלאץ, ביז אום 12:00 ווען דער רבי האט פארלאזט די מעמד און איז אהיים לביתו נאוה קודש.
טראץ דעם וואונדערבארן סדר הטראנספארטאציע אהיים פונעם מעמד וואס איז אראנזשירט געווארן סיי אינערהאלב דעם עיר הגדולה קרית יואל, און סיי צו אלע שטעט איבער גרעיטער ניו יארק, ניו דזשורזי און קאנאדע, האט דאך געדויערט א לענגערע צייט ביז די פובליק סעפטי פון קרית יואל, מיט די הילף פון די סטעיט פאליציי האבן געקענט קאנטראלירן דעם ריזן ציבור - וואס איז געשאצט געווארן דורך די סטעיט פאליציי צום מספר רב פון אריבער 50 טויזנט נפשות באטייליגטע בליעה"ר כ"י - זאלן זיך קענען ארויסלאזן אויפן וועג און אהיים פארן בשלום.













































































































































































































תגובות