סעודת שלושים און סיום ששה סדרי משנה אין צאנז קלויזענבורג לזכרו פון לעגענדארע משב"ק הרה"ח ר' יצחק שמעון שימאן ע"ה
- בחצרות הקודש

- 21 בנוב׳ 2024
- זמן קריאה 1 דקות
דאנערשטאג חיי שרה • כ' חשון תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: אברמי ווייס
דעם זונטאג איז פארגעקומען אין ביהמ"ד הגדול צאנז קלויזנבורג אין בארא פארק די סיום ששה סדרי משנה און סעודת שלושים, ככלות השלושים צו די פטירה פון האי גברא רבה הרב החסיד ר' יצחק שמעון שימאן ע"ה לאנגיעריגער משמש בקודש ביי אדמור"י צאנז קלויזענבורג, א ברייטע סעודה איז געוועהן צוגעשטעלט פאר כל הקהל הקודש חסידי צאנז קלויזנבורג פון אלע שטעט וועלכע זענען זיך צוזאמגעקומען פון נאנט און פון ווייט אפצוגעבן דעם כבוד הראוי פארן חשובן נפטר וואס האט זוכה געוועהן צו א קירבה יתירה ביי צדיקי בית צאנז קלויזנבורג.
ביים ערשיינען צום סעודה האט דער רבי מכבד געוועהן הרה"ח ר' לייבל שימאן הי"ו פון אנטווערפען א זוהן פונעם נפטר צו מסיים זיין ששה סדרי משנה וואס איז געלערנט געווארן דורך עדת חסידי צאנז קלויזנבורג, ער האט דערנאך אויפגעטראטן מיט קורצע דברי הספד און געשילדערט אינטערסאנטע שטריכן איבער די התבטלות לצדיקים וואס מען האט צוגעזעהן ביי זיין פאטער ר' איטשע ז"ל. דערנאך האט כ"ק אדמו"ר מצאנז קלויזנבורג שליט"א משמיע געוועהן דברות קודש, ומילי דהספידא, אנגעהויבן דברי דרוש ואגדה און דערנאך מרחיב געוועהן איבער די געוואלדיגע נאמנות פון אביו הרה"ק מצאנז קלויזנבורג זי"ע אינעם נפטר ר' איטשע ע"ה און וואו ער האט געאטעמט קלויזנבורג באטאג און באנאכט, זיין עסקנות און שליחת הקודש פאר די קהילה הקדושה אין בארא פארק, און באזונדער ארויסגעברענגט זיין יראת שמים און אהבת ישראל וואס איז געוועהן א שם דבר ביי יעדן.
























תגובות