האד' מסקולען וועט אנקומען אויף ערשטן באזוך אין זיין היימשטאט מאנטריאל נאכן איבערנעמען כתר האדמור"ות
- Bechatzros admin
- 27 באפר׳
- זמן קריאה 2 דקות
עודכן: 27 באפר׳
זונטאג פרשת טהרה • כ"ט ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

א רגש דקדושה נעמט ארום תושבי מאנטריאל און חסידי סקולען, מיטן ערהאלטן די פריידיגע בשורה אז כ"ק אדמו"ר מסקולען שליט"א גרייט זיך אונטערצונעמען א געהויבענעם באזוך דעם קומעדיגן פרשת אחרי קדושים צו זיין היימשטאט מאנטריאל קאנאדע, דאס ערשטע מאל נאכ'ן איבערנעמען דעם שבט הנהגה.
ביי תושבי מאנטריאל ליגט נאך טיף איינגעקריצט אין זיכרון די לעכטיגע זמנים בהילו נרו עלי ראשינו, ווען כ"ק אדמו"ר הרה"ק מסקולען זצ"ל נאך וועם מען שטייט נאך בשנת האבילות, האט פאר לאנגע יאהרן געוואוינט אין שטאט, און ביז געציילטע יאהר צוריק משפיע געווען מזיו הודו והדרו אויף די ארטיגע איינוואוינער וועלכע האבן די זכיה געהאט אזויפיל יאהר, נהנה זיין מאורו הבהיר.
צום הויעכפונקט פונעם ביקור המרומם וועט די רבי שליט"א פראווען אן ערשטמאליגער שבת מרומם, שבת קודש פרשת אחרי קדושים בקרב עדת תושבי העיר וועלכע וועלן זיך צונויפקומען מיטצוהאלטן דעם שבת עילאה וואס וועט אפגעראכטן ווערן אינעם נאסטאלגישן ביהמ"ד 'מאור הגולה', צווישן די פיר ווענט מקום שהתפללו בו אבותי, וואס זענען אנגעזאפט מיט עבודת קדשו פונעם גרויסן פאטער די רבי זצ"ל בעל ישועת יעקב, וואס האט דארט משמש געווען ברבנות צענדליגע יאהרן כולם שוין לטובה, און ווערט היינט געפירט תחת דגלו והדרכתו פון חתנא דבי נשיאה הגה"צ ר' יואל מאסקאוויטש שליט"א וועם דער רבי זצ"ל האט געשטעלט אלס רב אין די קהילה.
די הערצער פון חסידים ואנשי מעשה תושבי העיר זענען געשפאנט מיט געפילן פון פרייד און דערווארטונג, ווען מען וועט ווידער האבן די זכיה מיטצוהאלטן א שבת מיט דעם סקולענער פייער און מתיקות, ביי די תפילות און שולחנות הטהורים וואס דער רבי וועט אפרעכטן בדרך אבותיו הקדושים לבית סקולען מלא אורה ושמחה.
א שטאַַב מיט עסקנים ארבעטן שוין איבערמידליך מסדר צו זיין אלע פרטים פון געהויבענעם שבת צו וועלכן עס איז ערווארטעט א שטראם פון מאסן חסידים פון איבער די גאנצע שטאט, און פילע געסט פון ניו יארק.







תגובות