מאנטאג נח • כ"ו תשרי תשפ"ה | בחצרות הקודש
בשיר וקול תורה ווערט אויפגענומען ביי חסידי פשעווארסק די פריידיגע אנטוויקלונג פון הרחבת גבולי הקדושה, ווען די הנהלת הכולל פון די בארימטע מקום תורה אין שטאט אנטווערפן, כולל "אהל יעקב" האט בברכת קדשו פונעם מייסד ונשיא הכולל כ"ק אדמו"ר מפשעווארסק שליט"א געשלאסן מקח אויף א נייעם ריזן בנין בטיבורה של עיר, וואס וועט דינען אלס שפאגל-נייע רחבות'דיגע אכסניא של תורה פאר די פילצאליגע יושבי אהל לומדי הכולל.
דער כולל "אהל יעקב פשעווארסק" פונקציאנירט נישט פילע יארן לשם ולתפארת אויסשטייגנדיג אלס איינע פון די שענסטע מקומות תורה אין שטאט אנטווערפן, און איז מאז ומקדם קרוב ללבו הטהור פונעם פשווארסקער רבי'ן שליט"א, וואס ער האט דאס מייסד געווען לשמו ולזכרו הטהור פון מר אביו הגדול הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק זי"ע.
דער כולל איז די לעצטערע יארן סטאנציאנירט אינעם בנין פונעם פשעווארסקער ביהמ"ד, אינעם היכל "משה יחזקאל" וואס איז עטליכע יאר צוריק צוגעבויט געווארן צום ביהמ"ד, און דינט צוגלייך אין די שבתים וימים טובים אלס "היכל הטישן" פאר די טישן און מאורעות בחצר הקודש פשווארסק.
מיט'ן ריבוי הלומדים האט זיך אויסגעפעלט צו מרחיב זיין די גבולי הכולל, צו קענען אוועקשטעלן דעם מקום תורה מיט אן אייגענעם זעלבסטשטענדיגן לאקאל אויסגערישט מיט אלע באווקעמע צוגעהערן להרחבת דעת הלומדים, און נאך לענגערע הכנות איז די הנהלה נארוואס אריינגעטאנצן אינעם מולטי-מיליאן דאלארדיגן פראיעקט, אפקויפענדיג א נייעם ריזן בנין אויף די צענטראלע "בעלגעליי" גאס, וואו עס וועט אויפגעבויט ווערן דער נייער פאנטאסטישער בנין הכולל ברוב פאר והדר.
דער פראיעקט איז צושטאנד געקומען מיט'ן הילף פון די גרעסערע נדיבים בעם פון חצר הקודש פשעווארסק וואס האבן בייגעשטייערט פאנטאסטישע סומעס צו קענען גומר זיין אויפ'ן מקח און זיך ווייטער נעמען מיט די ווייטערדיגע פארשריט מקים צו זיין דעם בנין גדול ונהדר – גדול יהי' כבוד הבית הזה לה' ולתורתו.
Comments