top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

שבת שובה דרשה פון האד' מסאטמאר וועט געהערט ווערן היינטיגן דאנערשטאג-צום גדלי' אין ביהמ"ד הגדול דקרית יואל

  • sfbechatzros
  • לפני 14 שעות
  • זמן קריאה 1 דקות

מוצאי יו"ט ראש השנה • א' תשרי תשפ"ו | בחצרות הקודש

ree

אין די הכנות צו די ימים נוראים, גרייטן זיך תושבי קרית יואל מיטצוהאלטן די "שבת שובה דרשה" פונעם מרא דאתרא כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, וואס מ'וועט דאס יאר הערן אינעם טאג פון צום גדלי' אין די נאכמיטאג שעות, ווען דער רבי שליט"א וועט משמיע זיין מאמרותיו בדברי פלפול ואגדה, מתובל מיט דברי מוסר והדרכה אויף אלע ענינים.


דאס יאר וועט מען האבן די זכי' שוין צום פערציגסטן יאר, צו הערן די "שבת שובה דרשה" וואס דער רבי שליט"א זאגט מדי שנה בשנה, זינט'ן ווערן אויפגענומען אלס רב אין דעם עיר גדולה לאלקים "קרית יואל" וואס מדי שנה בשנה איז א מחזה הוד מיטצוהאלטן ווי אלפי תושבי העיר בלאגערן דעם ביהמ"ד הגדול, קומענדיג כאיש אחד בלב אחד צו הערן די דרשה פון רבי'ן שליט"א, בשעה שהחכם יושב ודורש.


במשך די יארן האט זיך שוין כמה פעמים געמאכט אז ס'איז נישט געווען קיין געלעגענהייט צו זאגן די שבת שובה דרשה אינעם יום השבת קודש, און דער רבי שליט"א האט דאס משלים געווען אין נאך פאלגענדע אדער פריערדיגע טעג.


אויך דאס יאר וועט דער רבי שליט"א משמיע זיין די דרשה לכבוד "שבת שובה" אינעם טאג פון צום גדלי' אין די נאכמיטאג שעות. דערביי וועט דער ביהמ"ד הגדול זיין געעפענט מיט אלע היכלים, פאלישעס און פליגלען, צו קענען אקאמאדירן דעם ריזיגן ציבור. 


ביי די דרשה וועט דער רבי שליט"א משמיע זיין דעם פלפול אין די סוגיא פון "מצוה הבאה בעבירה" אויף וואס דער רבי שליט"א האט במשך די לעצטע וואכן שוין פארגעלערנט שיעורים תמידין כסדרן פאר די תלמידי הישיבה. מענין לענין וועט דער רבי שליט"א משמיע זיין דברי אגדה מתובל מיט ווארעמע דברי מוסר והתחזקות לקראת דעם נייעם יאהר.

bottom of page