top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

היסטארישע באזוך פון האד' ממונקאטש צו "טעלזער ישיבה" לרגל יובל מאה וחמישים זינט התייסדות הישיבה

  • Bechatzros admin
  • 24 ביוני
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: 24 ביוני

דינסטאג פ' קרח • כ"ח סיון תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

גאר א היסטארישע באזוך איז אפּגעהאלטן געווארן אין קליוולאנד, אהייא, ווען האי רבא דעמי' כ"ק אדמו"ר ממונקאטש שליט"א איז אנגעקומען אין שטאט אויף א ביקור כבוד לרגל די 'יומא דכלה' וואס איז געפּראוועט געווארן דורך די ארטיגע וועלט-בארימטע 'טעלזער ישיבה', אין צוזאמענהאנג מיט'ן גראנדיעזן פייערונג לרגל יובל מאה וחמישים זינט די התייסדות פון די אור-אלטע מקום תורה די ישיבה הרמה טעלז אין די ליטע.


ווי שוין באריכטעט האט די הנהלת הישיבה מיט א צייט צוריק פארבעטן דעם מונקאטשער רב שליט"א, וועלכער האט עטליכער יאר משנות בחרותו זיך משלים געווען בתורה אין די בארימטע טעלזער ישיבה און איז מבחירי תלמידי', אז ער זאל קומען באשיינען דעם הערליכן חגיגה וואס איז א היסטארישע אפּצייכענונג פון הרבצת התורה פון עטליכע יובלות יארן אנגעהויבן פון די ליטע און שפּעטער אריבער דעם אטלאנטיק אויפ'ן אמעריקאנער באדן, און דערביי משמיע זיין מדברות קדשו פאר די חכמי וראשי הישיבה רבנן ותלמידיהון, און דער רבי שליט"א טראץ דעם וואס אזא נסיעה קאסט אסאך כוחות האט באוויליגט אונטערצונעמען די נסיעה און זיך אומקערן צו די אכסניא של תורה וואו ער האט געהאראוועט אין לערנען אין זיינע בחור'ישע יארן.


נעכטן זונטאג בערך 11 אזייגער פארמיטאג איז דער רבי שליט"א ארויסגעפארן פונעם קענעדי לופטפעלד אין באגלייטונג פון א צאל בני המשפחה משמשים און מקורבים, און בערך איינס אזייגער ארטיגע צייט איז דער רבי שליט"א אנגעקומען קיין קליוולאנד וואו ער איז באלד צוגעפארן צום וויקליף געגענט וואו די ישיבה געפינט זיך די אלע יארן.


צום ערשט איז דער רבי שליט"א אריבער צום שטוב פון הרה"ג ר' געציל פריעד שליט"א וואו עס איז פארגעקומען א באגרעניצטער מעמד קבלת פנים געאייגנט פאר אנשים חשובים און די ראשי ורמ"י הישיבה ובראשם די ראש הישיבה הגאון ר' דוד גאלדבערג שליט"א, וואו ס'איז פארפירט געווארן א לענגערע שמועס בדברי תורה און איבער די קורות הימים פון די טעלזער ישיבה אין יענע תקופה ווען דער רבי האט דארט געלערנט אלס בחור, און דאן האט דער רבי שליט"א געטרינקען לחיים און פארטיילט לעקעך פאר די אנוועזענדע.


דערנאך איז דער רבי אריבער בבית האכסניא, אינעם בית של תורה וואו עס פלעגט וואוינען דער גרויסער ראש הישיבה הגאון הגדול ר' מרדכי גיפטער זצ"ל מיט וועמען דער רבי שליט"א – להבחל"ח – איז געווען גאר שטארק מקושר און פלעגט אפט האבן די זכי' צו לערנען מיט אים בחברותא, די רבי האט דארט געדאווענט מנחה און דערנאך איז געגעבן געווארן א געלענגהייט פאר תושבי העיר אריבערצוגיין אל מול פני הקודש צו נעמען שלום.


פון דארט איז דער רבי צוגעפארן צום גיגאנטישן בנין הישיבה, וואו עס האבן דארט אפגעווארט אינדרויסן די ראשי הישיבה און מרביצי התורה און הונדערטער תלמידי הישיבה וועלכע האבן מקבל פנים געווען דעם רבי'ן בשירה וזמרה און אים אריינבאגלייט להיכל הישיבה.


דער רבי שליט"א האט זיך געזעצט על מקום כבודו, און דאן האט הגאון הגדול ר' יעקב וועלוול קאטץ שליט"א, זוהן פונעם אומפארגעסליכן ראש הישיבה הגאון הגדול רבי חיים מרדכי קאטץ זצ"ל, באגריסט דעם גרויסן גאסט און זיך דערביי באדאנקט פאר'ן רבי'ן שליט"א פאר'ן זיך מטריח זיין בטירחא דגברא רבה און קומען אהער פון ניו יארק מחזק צו זיין דעם הייליגן מקום תורה גירסא דינקותא וואו ער האט געלערנט אלס בחור, און דערביי האט ער דערציילט זכרונות איבער די אויסטערלישע התמדה ויגיעת התורה וואס דער רבי שליט"א האט אפּגעראכטן בין כותלי הישיבה, און האט דאן מכבד געווען דעם רבי'ן אויפצוטרעטן מיט דברות קודש.


דער רבי שליט"א איז דאן ארויף ארון הקודש און אנגעהויבן זיין פלאמפייערדיגע דרשהוואס האט געדויערט בערך א דרייפערטל שעה, בתוך דבריו האט דער רבי געשילדערט פארשידענע זכרונות פונעם מקום תורה אשר הי' שם אהלו בתחלה, און ארויסגעברענגט וויאזוי ער איז אנגעקומען אהער אין א פרעמד ארט און די ראשי הישיבה האבן אים אזוי שיין אריינגענומען אונטער זייערע פליגלען, ובעיקר דער ראש הישיבה הגאון ר' מרדכי גיפטער זצ"ל און דער משגיח הגאון ר' חיים שטיין זצ"ל מיט וועם יבלחט"א דער רבי שליט"א האט אנגעקניפּט א קשר עליון דאורייתא און איז געבליבן נאנט מיט זיי יארן שפּעטער, דורכאויס די גאנצע דרשה איז דער רבי געווען גאר שטארק מרוגש ביז טרערן, ובעיקר ווען ער האט גערעדט פון זיין בענקשאפט צו דעם הייליגן פּלאץ, און באזונדער איז געווען א רירענדער מאמענט ווען דער רבי האט געשילדערט אן אנעקדאט איבער די מסירת נפש פון די מאמע פונעם ראש ישיבה הגאון ר' מרדכי גיפטער זצ"ל בשעת דעם חורבן אייראפּע, וואס ס'איז זיכער אז דער זכות פון אזא צדיקת איז בייגעשטאנען פאר איר זוהן ער זאל קענען אויפשטעלן אזא מקום תורה וואס האט ארויסגעגעבן אזויפיל טויזענטער תלמידים.


נאך די דרשה האט דער רבי שליט"א זיך צוריקגעזעצט על מקומו און אלע משתתפים זענען דורכגעגאנגען בזריזות שלו' נעמען פון רבי'ן, און באלד דערנאך האט דער רבי מיט די פמליא זיך ארויסגעלאזט אויפן וועג צום לופטפעלד אויפ'ן וועג אהיים קיין ניו יארק, איבערלאזנדיג אין די ישיבה א געהויבענעם רישומא דקדושה וואס וועט לאנג געדענקט ווערן.

ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree
ree

תגובות


bottom of page