מלאך הברית • הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א דינט אלס מוהל ביי שמחת הברית לנכד האד' מוויזניץ
- בחצרות הקודש

- 20 בינו׳
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 21 בינו׳
מאנטאג פ' וארא • כ' טבת תשפ"ה | בחצרות הקודש

נעכטן פארמיטאג איז פארגעקומען בבית האכסניא פון מרן אדמו"ר מוויזניץ שליט"א, די שמחת הברית פון אן איר אייניקל ביים רבי'ן שליט"א, וואו עס האט געדינט אלס מוהל כבוד הגה"צ רבי יעקב מאיר שעכטער שליט"א וועלכע איז ספעציעל ארויסגעקומען קיין נתניה לכבודו פון ידידו ורעו דער וויזניצער רבי שליט"א.
דער רבי שליט"א האט גאר ווארעם אויפגענימען דעם רב שליט"א און זיך באדאנקט פארן נעמען די טירחא דאורחא. ביים ברית איז דער זיידע די וויזניצער רבי מכבוד געווארן מיט סנדקאות און מיט די איבעריגע כיבודים האט מען מכבד געוועהן די זיידע'ס הרה"צ רבי יצחק ישעי' האגער און כ"ק אדמו"ר מדעעש ירושלים שליט"א און די פעטערס כ"ק אדמו"ר מוויזניץ בית שמש שליט"א און הגה"צ ראש ישיבת וויזניץ שליט"א.
נאכן ברית האט הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א געזאגט די מי שברך לחולה פארן גרויסן זיידן דער רבי שליט"א, להחלימו ולרפאתו ולהחזיקו ולהחיותו אין זכות פון אליהו מלאך הברית, און דערנאך געוואונטשן מזל טוב פארן רבי'ן שליט"א און די בעלי השמחה.
עס האט נאכגעפאלגט מיט א מסיבת לחיים לכבוד די שמחה ביי וועלכן מען האט געזינגען ניגוני שמחה און עס איז ארומגעשמועסט געווארן שיינע ענינים, נאכן שולחן לחיים האט דער וויזניצער רבי פארבעטן פונעם מוהל הרה"צ רבי יעקב מאיר שליט"א ער זאל פארבלייבן ביים סעודת ברית, ונעתר לבקשתו. ביי די סעודה האט דער רב אפגעראכטן א תיקון ופדיון לרפאותו השלימה פונעם רבי'ן שליט"א הזקוק לרחמי שמים מרובים, נאכן אפרעכטן דער פדיון לויט'ן נוסח המקובל מיט די צוגעגרייטע מטבעות, האט דער רב שליט"א ווארעם געוואונטשן דעם רבי'ן אריכות ימים ושנים בטוב ובנעימים, און באזונדער געזעגענט דעם רבי'ן שליט"א וועלכע האט זיך ארויסגעלאזט קיין לאס אנדזשעלעס לצרכי רפואה.














תגובות