top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

חזקו ואמצו: ראש הישיבה הגאון ר' דוב לאנדא בלאזט אריין עמערס חיזוק פאר בחורים וואס האבן זיך נישט געשטעלט צום לשכת הגיוס

מיטוואך פ' תרומה • כ"ח שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש


אנגעזאמלט מיט הויפענס חיזוק און קוראזש צו שטיין פעלזן פעסט בקשרי המלחמה און זיך נישט שטעלן צום טרויעריג-בארימטן לשכת הגיוס זענען צענדליגער ליטווישער בחורים ארויס פונעם געהויבענעם כינוס חיזוק וואס פאררופן געווארן אויפ'ן פערזענליכן רוף פון הגאון הגדול רבי דוב לאנדא שליט"א ראש ישיבת סלאבאדקע ומגדולי מנהיגי עולם התורה, אין ליכט פונעם שווערן מצב ווען טויזנטער בחורים האבן ערהאלטן "גיוס באפעלן", און צווישן זיי זענען דא הונדערטער בחורים וואס האבן אויך באקומען "ארעסט באפעלן".


ביים אייגנארטיגן כינוס התחזקות דעם פארלאפענעם מאנטאג אווענט במעונו פונעם ראש ישיבה, האבן זיך פארזאמלט צענדליגער בחורי ישיבות פון די ליטווישע קרייזן, ובעיקר פון ישיבת פונוביז, תורה בתפארתה, ברכת אפרים, ועוד, קומענדיג הערן דברי חיזוק און די פלאם פייערדיגע דבר ה' ברמה וואס דער ראש ישיבה שליט"א האט אויסגעשריגן מנהמת לבו אנבאלאנגט די ביטערע גזירת הגיוס, דברים חוצבים להבות אש וואס איז בליץ שנעל פארשפרייט געווארן ביים גאנצן עולם התורה והישיבות.


א טאפענדע שטילקייט האט באהערשט דעם צימער ווען דער ראש ישיבה שליט"א האט משמיע געווען זיינע לענגערע דברי חיזוק והדרכה, ארויסברענגענדיג דעם ביטערן וויי געשריי פונעם יהדות החרדית און עולם התורה, וואס די עוקרי תורה ווילן זיך ליידער פארמעסטן עוקר צו זיין די תורה הק' און אוועקכאפן בחורים פון די גמרא. דער ראש ישיבה האט זיך דאן געוואנדן צו די אלע בחורים אויף וועם ס'לויערט די סכנה, אז זיי זאלן וויסן אז די ראשי ישיבות שטייען אונטער יעדן בחור און יונגערמאן, מ'דאווענט פאר זיי און מ'טוט אלעס אין דער וועלט, אז חלילה אפילו איינער זאלן נישט אריינפאלן אינעם טמא'נעם מיליטער, יעדער בחור פון יעדן קרייז און שבט מישראל, כולם שוין לטובה, בני אשכנז, עדות המזרח, יעדער וואס לערנט תורה, האט נישט קיין פלאץ אין מיליטער, חס וחלילה. דאס איז געווען דער סיסטעם אלע יארן און אזוי וועט בעז"ה ווייטער זיין, א ישיבה בחור און כולל יונגערמאן גייט נישט אין מיליטער, בשום פנים ואופן, און מ'דארף נישט מורא האבן, ווייל גזירה עבידא דבטלה.


באזונדער האט דער ראש ישיבה שטארק מחזק געווען די בחורים מיט די הוראה מיוחדת אז מען טאר זיך נישט שטעלן צום לשכת הגיוס, אפגעזען וועלכע סארט באפעל מ'באקומט, און נישט אונטערשרייבן אויף קיין שום מיליטערישע אפליקאציעס, און ניטאמאל ענטפערן זייערע טעלעפאנען.


דערביי האט דער ראש ישיבה געגעבן די אקטועלע הדרכה והמעשה אשר יעשון, ווי אזוי מ'זאל זיך באגיין מיט א פארזיכטיגקייט און שיקול הדעת, אז מ'זאל קיינעם נישט כאפן, און געבעטן די בחורים מ'זאל זיך נישט דרייען אין ציבור'ישע ערטער, און ביי יעדע שאלה און דילעמע וואס מ'האט, זאל מען זיך וועדן צום וועד הישיבות אדער צום ארגון "למענך", וואס ארבעטן לויט די הדרכות פון גדולי ישראל.


דער ראש ישיבה האט אויסגעפירט זיינע ווערטער מיט ווארעמע ברכות אז זיי זאלן ווייטער זוכה זיין לעסוק בדברי תורה מיט גרויס התמדה און עומק העיון, און זיך נישט וויסנדיג מאכן פון גארנישט וואס טוט זיך אין גאס, נאר זיין גענצליך אריינגעטאן בעסק התורה, און דאס וועט זיי אלע באשיצן געראטעוועט צו ווערן מכל גזירות קשות.


Comentarios


bottom of page