תושבי בית שמש דערווארעמען זיך ביי לעכטיגע סקולענער שבת בצלו פון האד' מסקולען ירושלים
- Bechatzros admin
- 26 בפבר׳
- זמן קריאה 1 דקות
עודכן: 26 בפבר׳
מיטוואך פ' תרומה • כ"ח שבט תשפ"ה | בחצרות הקודש

בילדער קרעדיט: דוד מיללער, JDN
תושבי בית שמש האבן דעם שבת מיטגעלעבט געהויבענע מאמענטן בצלו פון כ"ק אדמו"ר מסקולען ירושלים שליט"א, וועלכער האט געפראוועט א הערליכע סקולנער שבת אין שטאט, דער רבי האט געהאט די אכסניא אין שטוב פון הרה"ח ר' הערשל בענעדיקט הי"ו, די תפילות און טישן זענען פארגעקומען אין בית המדרש הגדול וויזניץ בית שמש וואס איז במשך דעם גאנצן שבת געווען א צוציאונגס-ארט פאר מאסן תושבי העיר וואס האבן געשטראמט מיטצוהאלטן די ווארעמע נעימות'דיגע תפילות און געהויבענער סקולענער טישן.
די רבי האט געדאוונט פארן עמוד קבלת שבת, און איז כמנהג המקום געשטאנען ביים עמוד אויף די רעכטע זייט פון ביהמ"ד, נאכן דאווענען איז א גרויסער ציבור דורך זאגן גוט שבת און שלום נעמען.
די סעודות שבת פאר די געסט איז געווען צוגעשטעלט ביד רחבה אין בנין ישיבת וויזניץ, באזונדער האט זיך אנגעזען דער שטראם ביים עריכת שולחן הטהור בליל שבת קודש, ווען טויזנטער יודן פון אלע עקן פון שטאט זענען געקומען מיטהאלטן דעם געהויבענעם סקולענער טיש און זיך צו דערקוויקן אויף א געהויבענעם פארנעם. דער טיש האט זיך פארצויגן ביז די פריע פארטאגס שעות, ווען במשך דעם טיש האט דער רבי שליט"א עטליכע מאל משמיע געווען דברות קודש מענינא דיומא.
בצפרא דשבתא האט די רבי געבענטשט חודש און געדאוונט מוסף פארן עמוד, און דערנאך אפגעראכטן די מיטאג טיש און ארומגערעט סיפורי צדיקים ובגודל קדושת ימי השובבי"ם, דאס זעלבע ווי פרייטאג צונאכטס איז געווען ביי שלש סעודות וואס האט זיך ווייטער פארצויגן ביז עטליכע שעה נאכ'ן זמן יציאת השבת.
מוצאי שבת האט דער רבי שליט"א אפגעראכטן די סעודת מלוה מלכה אין וויזניצער ביהמ"ד בתופים ומחולות אויף א פרייליכע אטמאספערע.


















תגובות