top of page
WhatsApp_Image_2024-02-28_at_5.29.13_PM__1_.jpeg

האד' ממשכנות הרועים טרעט אויף מיט דרשה בהלכה ואגדה אין ביהמ"ד בוהוש אין ב"ב נאך הזמנת כבוד פון האד' מבוהוש

  • תמונת הסופר/ת: בחצרות הקודש
    בחצרות הקודש
  • 23 באפר׳
  • זמן קריאה 3 דקות

עודכן: 24 באפר׳

מיטוואך פרשת שמיני • כ"ה ניסן תשפ"ה | בחצרות הקודש

ree

בילדער קרעדיט: שלומי טריכטער, JDN

פארגאנגענעם מאנטאג דעם צווייטן טאג חול המועד פסח איז כ"ק אדמו"ר ממשכנות הרועים שליט"א מזקני אדמור"י יישוב הישן בירושלים, אנגעקומען אויף א באזוך אינעם עיר התורה והחסידות בני ברק, זייענדיג א זעלטענע ערשיינונג נאך פיל יאהרן וואס דער רבי האט נישט באזוכט אין שטאט. דער רבי איז אנגעקומען אויפן פערזענליכע הזמנה פון כ"ק אדמו"ר מבוהוש שליט"א, איבערצוגעבן א דרשה און משמיע זיין מאמרותיו, בהכלה ואגדה אין ביהמ"ד הגדול בוהוש. הונדערטער תשובי העיר דאראונטער פולע לומדים און תלמידי חכמים האבן איבערגעפילט דעם ביהמ"ד לשמוע את דבר השם, וואס דער רבי שליט"א האט משמיע געווען לכבוד המועד.

ביים אנקומען האט כ"ק האדמו"ר מבוהוש שליט"א מקבל פנים געוועהן דעם חשובן גאסט, די רבי שליט"א האט אויך מיטגעהאלטן דעם שיעור אין ביהמ"ד. נאכן דרשה איז דער בוהושער רבי שליט"א פארבעטן דעם רבי'ן שליט"א צו פארבלייבן אויף מעריב און ציילן די ספירה אין ביהמ"ד. נאך מעריב איז דער רבי ארויף אויף א באזוך בביתו נאווה קודש פונעם בוהושער רבי'ן שליט"א וואו עס איז פארצויגן געווארן א שיינעם שמועס מעניני חג הפסח, מיט פאַַרשידענע זכרונות פון אמאל, ובפרט פון די צדיקי בית רוזשין ביי וועם האדמו"ר ממשכנות הרועים האט נאך געהאט די זכיה זיך מסתופף צו זיין בצילם. ביים באזוך האט דער בוהושער רבי מכבד געוועהן דעם רבי'ן מיט וויין אין א היסטארישער ירושה בעכער פונעם הייליגן רוזשינער זי"ע, מיט וואס דער רבי באנוצט זיך בלויז אום יום טוב פסח, און ארויסגענימען נאך טייערע חפצי קודש מאוצרו הטוב, דאראונטער דער כוס של אליהו פונעם הייליגן רוזשינער וואס דער רבי שליט''א האט באטראכט מיט גרויס התרגשות.

נאכן זינגען א ניגון שמחה האבן די רבי'ס געטרינקען לחיים, און זיך אויפגעשטעלט אויף א ריקוד, דער בוהושער רבי האט ווארעם באדאנקט דעם רבי'ן שליט"א פארן זיך מטריח זיין און באשיינען דעם יום טוב, און ארויסבאגלייט דעם גאסט מיט גרויס כבוד און הערצה.

תגובות

bottom of page